רוי:זכר לחורבן
ווען דאס בית המקדש איז חרוב האבן די חכמים געמאכט א תקנה אז מען זאל מאכן א זכר דערצו, מען זאל דערקענען אז יידן קלאגן און וויינען אויפן חורבן פון בית המקדש.
די גמרא רעכענט אויס אז צוליב זכר לחורבן זאל מען נישט נישט קאלעכען און איבערשמירן מיט פענעט די גאנצע הויז, מען זאל קאלעכען די הויז אבער איבער לאזען די גרייס פון א אמה אויף א אמה וואס איז נישט געפענט (ב"ב ס.), אינטערעסאנט איז וואס דער של"ה זאגט אז מען זאל נישט דערויף ארויף שרייבן מיט שיינע אותיות "זכר לחורבן" ווייל דאן איז דאס שיין.
ווען מען גרייט אהן א שיינעם טיש זאל מען איבערלאזון א ליידיג פלאץ וואס זאל נישט דארט ליגן כלים לעפלעלך און טעלער'ס, כדי מען זאל שפירן עפעס פעלט דא זכר לחורבן.
פרויען ווען זיי טועהן אהן צירונג זאלן זיי נישט אנטועהן אלע סארט צירונג, נאר עפעס איבערלאזן זכר לחורבן.
ביי די מלחמה פון אספסיינוס האט מען גוזר געווען אז חתנים זאלן נישט אנטוהן א קרוין אויפן קאפ (סוטה מט.). נאכן חורבן בית המקדש האט מען מתקן געווען אז א חתן זאל בכלל נישט אנטוהן קיין קרוין ווייל עס שטייט אין פסוק "הסיר המצנפת והרים העטרה".
עס איז דא פלעצער וואו מען פירט זיך אז מען שאקלט ארויף אויפן קאפ פונעם חתן אש ביי די חופה, מען צובראעכטע א כלי אונטער די חופה (כל בו).
אין מדרש שטייט אז אידן זענען מתפלל ביי יעדע תפלה, און שטענדיג האבן זיי אינזין דעם חורבן בית המקדש, ווי ביים דאווענען שמונה עשרה און ביים בענטשן ביי די ברכה "ובנה ירושלים".
זעה אויך שולחן ערוך או"ח סי' תק"ס.