רוי:זומער אלימפיאדע 2008
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
בײדזשין זומער־אָלימפיאַדע 2008 איז דער גרעסטער ספארט־פארמעסט פונעם יאר 2008. זי איז געווען די 29סטע זומער אלימפיאדע. די אלימפישע שפילן האבן זיך געעפנט דעם 8טן אויגוסט און עס האט זיך געענדיקט דעם 24סטן אויגוסט. די שפילן זיינען פארגעקומען מערסטנס אין דעם אלימפישן באשטימטן שטח אין ביידזשינג וואס איז אין כינע. אין דער אלימפיאדע האָבן זיך באטײליקט איבער 200 עקספעדיציעס און 10,500 ספארטלערס.
די פייערלעכע עפענונג צערעמאניע האט מען געפראװעט דעם 8טן אינעם 8טן, 8 מינוט נאך אכט מיט 8 סעקונדעס, זייט דער נומער אכט באצייכנט א גוטן מזל איז דער כינעזישער טראדיציע.
דער ספארט־פארמעסט האט ארײַנגערעכנט 302 פארמעסטן (165 פאר מענער, 127 פאר פרױען און 10 געמישט, אין 28 פארשײדענע ספּארט-צװײַגן.
דרויסנדיקע פארבינדונגען
- ביידזשינג אלימפיאדע - אפיציעלע וועבזייט (אין ענגליש)
- אן ארטיקל וועגן אלימפישע שפילן אינעם לעבנס פראגן בלאט