רוי:פארגיכערונג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


אין קינעמאטיק (אן אפטיילונג פון פיזיק) איז די פאַרגיכערונג פון א זאך וויפיל די גיכקייט פון דער זאך ענדערט זיך אין א מאס צייט. אין איין דימענסיע איז די פארגיכערונג די ראטע ווי א זאך גייט גיכער אדער פאמעליכער. אין אלגעמיין, אבער, איז גיכקייט א וועקטאר, און די פארגיכערונג שילדערט די ראטע פון ענדערונג פון סיי די גרייס און סיי די ריכטונג פון גיכקייט. אין אינטערנאציאנאלע איינסן מעסט מען פארגיכערונג אין מעטער א סעקונדע א סעקונדע.

אין קלאסישער מעכאניק, פאר א קערפער מיט קאנסטאנטער מאסע, איז די פארגיכערונג פראפארציאנעל צו דער נעטא קראפט וואס ווירקט אויף אים (ניוטאנס צווייטער געזעץ):

F = m a

וואו F איז די רעזולטאטישע קראפט אויפן קערפער, m איז זיין מאסע און a איז זיין פארגיכערונג.

ווען א קערפער פאלט איבער דער ערד אין פרייען פאל, האט ער א פארגיכערונג פון (בערך) 9.8 מעטער א סעקונדע א סעקונדע. מען איז געוואוינט צו ניצן דעם בוכשטאב g פאר דעם נומער.

PrirodneNauke.png דער ארטיקל בנוגע וויסנשאפט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!