רוי:זברוטש

פון המכלול
ווערסיע פון 10:00, 27 מאי 2020 דורך YI>פוילישער (WPCleaner v2.02 - טייך --> טייך/אלט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
זברוטש
ЗбручZbrucz
Zbrucz.jpg
לענג 244 קילאמעטער
קוואל שכאַסניווקע, פידוואלאכיסקער ראיאן, טארנאפאלער גובערניע
דרענאזש בעקן 3,395 קוואדראט קילאמעטער
לענדער אין דרענאזש בעקן Flag of Ukraine.svg אוקראינע

זברוטש (אוקראיניש: Збруч; פּויליש: Zbrucz) איז א טייך אין מערב אוקראינע, א לינקער בייטייך פונעם נעסטער

ער פליסט אין דעם פאדאליער פלאטא.


אויפן טייך זענען פלאצירט א פאר קליינע הידרא-עלעקטריע  סטאנציעס. דער טייך איז א נאטירלעכע גרענעץ צווישן די טארנאפאל און כמעלניצקי גובערניעס. 

פון 1772 ביז 1793 איז דער טייך געווען א גרענעץ צווישן פוילן-ליטע און דער האפסבורגער מאנארכיע,  אבער אין די יארן 1793–1807 און 1815–1918 איז דער טייך געווען א גרענעץ צווישן גאליציע פון איין זייט און דער רוסלענדישער אימפעריע פון דער אנדערער זייט.

נאכן ריגא אפמאך איז דער פויליש-סאוועטישער גרענעץ געווען לענגאויס דעם טויך; דאס האט געהאלטן ביז 1939.

דער טייך איז לאנג 247 ק״מ און זיין דרענאזש-בעקן איז 3,330 ק״מ².