רוי:בוכאריש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בוכאַריש אדער אידישע טאַדזשיקיש (רוסיש: Еврейско-таджикский диалект, פערסיש: بخاری, ענגליש: Bukhari) איז א אידישע שפראך וואס איז א דיאלעקט פון טאדזשיקיש וואס קומט פון דער קלאסישער פערסיש.

זי ווערט גערעדט צווישן די אידן אין דער שטאט בוכאר אין אוזבעקיסטאן.

איהרע רעדער ווערן געשאצט צו זיין ארום הונדערט-צען-טויזנט, וואס פופציג טויזנט פון זיי וואוינען אין מדינת ישראל.

אלפאבעט

טראדיציאנאל פלעגט זי ווערן געשריבן ווי אלע אנדערע אידישע שפראכן, נעמליך די אלף בית.

אבער אנהייב די צוואנציגער יאהרן האט די רוסישע רעגירונג געלייגט דרוק מ'זאל טוישן צו לאטיינישע בוכשטאבן און פון ת"ש צו קירלישע.

די רק"ע ראדיאו סטאנציע פון קול ישראל, האט א טעגליכע פופצן מינוטיגע פראגראם אין בוכאריש.

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!