רוי:ראדין
|
ראַדין (בעלארוסיש און רוסיש: Радунь, פּויליש: Raduń, ליטוויש: Rodūnia) איז א שטעטל אין הוראדנער וואבלאסט, בעלארוס, 27 ק"מ צפון־מערב פון לידא און 72 ק"מ דרום-מזרח פון ווילנע.
געשיכטע
זשעטל ווערט דערמאנט צונערשט אין דאקומענטן פונעם 14טן יארהונדערט, ווען מען האט געבויט דארטן א פעסטונג. ביי דער דריטער טיילונג פון פוילן איז ראדין געווארן א טייל פון דער רוסישער אימפעריע.
אין 1921 איז ראדין געווארן א טייל פון פוילן.
אין 1958 האט ראדין באקומען דעם סטאטוס פון א שטעטל.
אידישע געשיכטע
אין 1900 איז די אידישע באפעלקערונג אין זשעטל געווען 896.[1]
אין תרכ"ט (1869), האט רבי ישראל מאיר הכהן, דער "חפץ חיים", אויפגעשטעלט זיין ישיבה אין ראדין.
אין אקטאבער 1940 האבן די נאציס געזאמלט די אידן פון ראדין אין א געטא צוזאמן מיט טויזנט אידן פון דער ארומיגער געגנט.
אין 1942 איז פארגעקומען א גרויסע רציחה אין דער געטא, ווען מען האט אויסגעהרגעט 1000 אידן.
פערזענליכקייטן
- הר"ר ישראל מאיר הכהן קאגאן, דער חפץ חיים
- רבי הלל זאקס (תרצ"א 1931 - תשע"ה, 2015)
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!