רוי:קאפיטאל

פון המכלול
ווערסיע פון 02:49, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: באגריף אין עקאנאמיק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

קאַפיטאַל באצייכנט די פארמעגן פון א מענטש (אדער וואס פאר א קערפער), וואס ער קען ניצן צו שאפן פראדוקטן אדער צו פארדינען אן איינקונפט. דער טערמין "קאפיטאל" ווערט ברייט געניצט אין די געביטן פון עקאנאמיק, פינאנץ און חשבון־פירעריי; דער גענויער באדייט פונעם ווארט קען ענדערן לויט די געביטן.

עקאנאמיק

אין עקאנאמיק, איז קאפיטאל איינער פון די דריי פאקטארן פון פראדוקציע; די אנדערע צוויי זענען באדן און ארבעט. גיטער וואס זענען קאפיטאל קען מען ניצן אין פראדוקציע, ווערן פאבריצירט דורך מענטשן (אנדערש ווי באדן און נאטירלעכע רעסורסן), און ווערט נישט אויסגעניצט דורך פראדוקציע.

P Economy.png דער ארטיקל בנוגע עקאנאמיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!