רוי:ערדישער פלאנעט

פון המכלול
ווערסיע פון 02:47, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: פלאנעט וואס באשטייט בעיקר פון שטיין)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
די ערדישע פלאנעטן, פון לינקס אויף רעכטס: מערקור, ווענוס, ערד און מארס

אן ערדישער פלאנעט אדער פעלדזיקער פלאנעט איז צוזמאנגעשטעלט מערסנטס פון שטיין אדער פעלדז (סיליקאט) דער ערד-פלאנעט איז דער מוסטער פון אן ערדישן פלאנעט. אסטראנאמער געבן דעם נאמען ערדישער פלאנעט צו די נאענטע פעלדזיקע שכנים פון ערד: מערקור, ווענוס און מאדים.

די דאזיקע פלאנעטן זענען ענליך צו ערד אין סטרוקטור, אויבוואויל די אייבערפלאך און אטמאספער זענען אנדערש.אן ערדישער פלאנעט קען זיין אדער אסך הייסער אדער אסך קילער פון דער ערד, און קען האבן מער אדער ווייניגער אטמאספער.

אז מען איז געוואויר געווארן אז פלאנעטן ארביטירן אויך אנדערע שטערן (עקסאפלאנעטן), האט מען פארברייטערט ווייטער דעם טערמין ערדישער פלאנעט איינצושפארן  יעדן פעלדזיקן פלאנעט וואס ארביטירט א שטערן.

סטרוקטור

אלע ערדישע פלאנעטן האבן א יאדער, א צודעק און א סקארע. די סקארע פון אן ערדישן פלאנעט איז גאנץ דין, און דער פלאנעט איז בעיקר צודעק און יאדער, אמאל איז דער יאדער זייער גרויס, אמאל קלענער. דער יאדער פון אן ערדישן פלאנעט איז מערסטנס אייזן, און דער צודעק און די סקארע זענען פעלדזיק.

די לבנה איז גאנץ ענליך, אבער מיט א קלענערן אייזערנעם יאדער. איא און אייראפא זענען אויך סאטעליטן מיט אן אינערליכער סטרוקטור ענליך צו די ערדישע פלאנעטן. ערדישע פלאנעטן קענען האבן בארגשפאלטן, קראטערס, בערג, וואולקאנען און אנדערע אייבערפלאך סטרוקטורן.

רעפערענצן

די זון סיסטעם
 
Solar System XXX RTL.png
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פון פּלאַנעטן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!