רוי:ווייסער נילוס

פון המכלול
ווערסיע פון 02:37, 20 אקטאבער 2023 דורך בוט צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (דעסקריפציע: בייטייך פון נילוס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ווייסער נילוס

דער ווייסער נילוס (אַראַביש: النيل الأبيض  אַן-ניל אַל-אַביאַד) איז א טייך אין אפריקע, איינער פון די צוויי הויפט בייטייכן פונעם נילוס; דער צווייטע איז דער בלויער נילוס. דער נאמען קומט פון דעם קאליר פון ליים אין דעם וואסער.[1]

דער נאמען "ווייסער נילוס" באדייט דעם טייך וואס הייבט אן ביי אזערע נא, ביים צוזאמענפלוס פון די באהר אל זשאבאל און באהר על גאזאל טייכן. טיילמאל רופט מען "ווייסער נילוס" אלע בייטייכן וואס פליסן פון דער וויקטאריע אזערע ביזן צוזאמענפלוס מיטן בלויען נילוס.

אין דעם 19טן יארהונדעט האבן אייראפעער אויסגעזוכט דעם מקור פונעם ווייסן נילוס וואס האט זיך פארשוואונדן אין וואס מ'האט דעמאלסט גערופן "טונקלסטע אפריקע". דעם אמת'ן מקור פונעם ווייסן נילוס האט מען ערשט אנטפלעקט אין 1937, ווען דער דייטשער אויספארשער בורקהארט וואלדעקער האט געפונען דעם מקור אין א טייכל אין רוטאוואו, אונטער בארג קיקיזי.[2]

א מאפע וואס ווייזט דעם ווייסן נילוס און דעם בלויען נילוס אין מזרח אפריקע.

רעפערענצן

  1. The New American Cyclopaedia: A Popular Dictionary of General Knowledge, Volume 12. 1867. p. 362.
  2. Traveler's Guide to the Belgian Congo and Ruanda-Urundi. Tourist Bureau for the Belgian Congo and Ruanda-Urundi. 1956. p. 72. Retrieved 19טן סעפטעמבער 2016. {{cite book}}: Check date values in: |accessdate= (help)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!