המכלול:אריבערפירן דרעפטס/טשעקליסט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שפראך

  • פשוט'ע הגהה. איבערקוקן אז אלע ווערטער זענען ריכטיג אויסגעלייגט אין היימיש אידיש.
  • פונקטואציע. באזונדער וויכטיג, ווייל אומריכטיגע פיסוק שטארט ארויס און צעמישט די כוונה.
  • זיכער מאכן אז עס ליינט זיך פליסיג און נאטורליך.

אינהאלט

  • ענציקלאפעדישע אויסדרוק. נייטראל און אביעקטיוו, און לויט ווי איינגעפירט אויף המכלול.
  • באזונדער זיכער מאכן אז דער עפענונג איז גוט און פראפעסיאנאל אפגעשריבן און דינט ריכטיג זיין צוועק.
  • זען אז יעדע (מערקווירדיגע) טענה איז געדעקט מיט א מקור (קען אויך זיין אין "צו ליינען מער"). ווען נישט, קען זיין גענוג צו שטעלן {{מקור}} אויף צו אריבערפירן, ווען די טענה איז נישט צו אויסטערליש.
    • ווען עפעס שטימט נישט אדער לייגט זיך נישט אויפן שכל, איז כדאי נאכצוקוקן די מקורות פון אינעווייניג; אבער אין אלגעמיין קען מען זיך פארלאזן אויפן שרייבער.
  • זען אז די נושא איז גאנץ געהעריג געדעקט. ווען מען טרעפט א "לאך", פון עפעס וואס ווערט נישט (גענוג) בארירט, קען זיין גענוג צו שטעלן {{להשלים}} אויף אריבערצופירן. בעסער איז אויב קען מען בעטן דעם שרייבער עס שוין אריינצופילן.
    • בפרט, דארף דער ארטיקל אנטהאלטן אלע נוצבארע אינפארמאציע פונעם ערך המקביל אויף העברי (ואין צריך לומר פונעם רוי ארטיקל וואס עס קומט ערזעצן), און בכלל זיין לפחות אויפן זעלבן ענציקלאפעדישן שטאפל.
  • איבערבליקן דעם אויסשטעל - די קאפיטלען זאלן זיין אויף א לאגישן סדר, אינפארמאציע נישט איבריג איבערגע'חזר'ט, אד"ג.

טעכניש און מכלוליזאציע

  • צולייגן אינערליכע פארבינדונגען ווען עס לייגט צו, (און אראפנעמען ווען עס איז להדיא איבריג).
  • פאררעכטן צעבראכענע קישורים וואס מיר האבן יא נאר עס הייסט אביסל אנדערש, כמבואר במקו"א וואס מען טוט אין אזא פאל.
  • צולייגן פאסיגע נאוויגאציע מוסטערן, אינפאקעסטלעך, וכדומה, ווען שייך. געווענליך קען מען אימפארטירן/נאכמאכן דעם ערך המקביל אויף העברי און/אדער רוי.
  • צולייגן פאסיגע בילדער און קעפלעך, ווען שייך. געווענליך קען מען נאכמאכן דעם ערך המקביל אויף העברי און/אדער רוי.
  • צולייגן פאסיגע קאטעגאריעס. געווענליך קען מען נאכמאכן דעם ערך המקביל אויף העברי און/אדער רוי.
  • אינטערשפראך לינק צום ערך המקביל אויף העברי.
  • די מקורות זאלן זיין געשריבן איינהייטליך און קלאר, נוצנדיג די פאסיגע מוסטערן (ווי {{היברובוקס}}) אויף וויפיל מעגליך.
  • פרובירן אויב מעגליך אז "צו ליינען מער" און "דרויסנדע לינקס" זאלן זיין גענוג רייך.
  • צולייגן {{דעסקריפציע}}.

ביים אריבערפירן