מעדיעוויקי שמועס:Gadget-RawLinks

פון המכלול
ווערסיע פון 11:54, 6 אקטאבער 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (אפדעיט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

די טשאטשקע קוקט נאך אלע צעבראכענע אינערליכע לינקס (באקאנט אלס "רויטלינקס") אויפ'ן בלאט, און טרעפט ווען די ארטיקלען עקזיסטירן באמת יא אינעם "רוי" געביט (ווערנדיג אהינגעפירט אלס אימפארטירטע וויקיפעדיע בלעטער). אזעלכע לינקס ווערן פארראכטן, זיי זאלן לינקן דירעקט צום רויען ארטיקל, און קלאר באצייכנט, זיי זאלן נישט ווערן פארמישט מיט ריכטיגע המכלול ארטיקלען.

לויט די אויטאמאטישע אויסוואל, ווערן די לינקס באצייכנט מיט א גרינעם פארב, צו שטיין אין קאנטראסט מיט די עקזיסטירנדע רויטע און בלויע לינקס. איר קענט אבער טוישן דעם קאליר און עס אנשטעלן לויט אייער געשמאק. גייט צו אייער CSS בלאט און שטעלט אריין די פאלגנדע שורות:

a.raw {
    color: Chocolate;
    background: Ivory;
}

(פארשטייט זיך אז איר קענט דאס טוישן אויף סיי וועלכע לעגיטימע CSS קאליר).

איר קענט אויך אנשטעלן באזונדערע קאלירן לויט די געביטן. למשל, אנצושטעלן א געוויסע קאמבינאציע פון פארבן בלויז אינעם "רוי" געביט, שטעלט דאס אריין:

.ns-8000 a.raw {
    color:  OliveDrab;
    background:  MintCream;
}

(טוישט "8000" אויף די נומערן פון די אנדערע געביטן, לויט אייער געשמאק).