דרעפט:עסן אין סוכה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


די מצוה פון עסן אין סוכה איז איינע פון די באשטאנדטיילן פון די מצוה פון זיצן אין סוכה וואס ווערט ארויסגעלערנט פון פסוק [1]: בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים. אנדערש פון די אנדער באשטאנדטייל פון מצוות סוכה, די חוב צו שלאפן אין סוכה, וואס נעמט אריין יעדע אופן פון שלאפן - שינת קבע און שנת ארעי, נעמט אריין די חוב פון עסן אין סוכה נאר אכילת קבע און נישט אכילת ארעי.

מער פון די כללותדיגע מצווה צו עסן אין סוכה די זיבן טעג פון סוכות, האבן חז"ל געלערנט פון דרשנען די פסוקים אז עס איז דא א חוב פון די תורה צו עסן א כזית ברויט אין סוכה אום די ערשטע נאכט פון יום טוב סוכות, אזוי ווי די מצוה פון עסן א כזית מצה ביים סדר נאכט.

מקור פון מצווה

די מצוה פון זיצן אין סוכה שטייט געשריבן אין פרשת אמור אין ספר ויקרא: ”בַּסֻּכֹּת תֵּשְׁבוּ שִׁבְעַת יָמִים”, האבן חז"ל ארויסגעלערנט פון די ווארט 'תשבו' איז דאס מיינט וואוינען אין סוכה אויפן שטייגער ווי א מענטש וואוינט אין זיין הויז א גאנץ יאר, און איינע פון די הויפט זאכן וואס א מענטש טוט אין שטוב איז עסן[2]: ”תנו רבנן: 'תשבו' - כעין תדורו. מכאן אמרו: כל שבעת הימים עושה אדם סוכתו קבע וביתו עראי. כיצד? היו לו כלים נאים - מעלן לסוכה, מצעות נאות - מעלן לסוכה, אוכל ושותה ומטייל בסוכה, ומשנן בסוכה”.

די באגריף פון אכילת קבע און ארעי

א געבעקס פון חמשת מיני דגן

וויבאלד אויך אין אנדערע טעג איז א מענטש געוואוינט צו עסן אויך א צייטווייליגע אכילה, ווי אין די וועגן און דאס גלייכן, האבן חז"ל געלערנט אז די כוונה פון פסוק איז צו מחייב זיין דעם מענטש צו עסן זיינע אכילות קבע אין סוכה. טראץ דאס, איז אן אכילת ארעי מותר אויך אינדערויסן פון סוכה[3]: ”אוכלין אכילת עראי חוץ לסוכה”, נאר אין די באגריף פון "אכילת ארעי" אקעגן "אכילת קבע" האבן די אמוראים זיך חולק געווען אין מסכת סוכה. לויט רב יוסף, אכילת ארעי (פון א געבעקס פון חמשת מיני דגן) איז: ”תרתי או תלת ביעי [צווי אדער דריי ביצים]”, און לויט אביי, איז די מאס ”כדטעים בר בי רב ועייל לכלה [ווי א תלמיד איז טועם אין בית המדרש פאר ער גייט אריין אויף א לענגערע לימוד אין כלה]”". טייטשט רש"י די ווערטער פון אביי, אז דער תלמיד איז ”טועם מלא פיו, ושותה ער איז טועם א פולע מויל, און טרינקט. און אין זיין פירוש אויף די גמרא[4] טייטש רש"י אז "מלא פיו" מיינט די מאס פון א איי (אן איר שאלעכטץ): ”ואביי - דאמר כדטעים בר בי רב, דהיינו כביצה, דכביצה אוכל הנאכל בבליעה אחת הוא”.

אזוי ווי די שיטה פון רש"י, וואס האלט אז א געבעקס וואס זיין נפח איז גלייך צו די נפח פון א ביצה אדער קלענער, מעג מען עס עסן אויך אינערויסן פון סוכה, האבן געשריבן אפאר ראשונים, צווישן זיי: בעלי התוספות, דער רא"ש און דער ר"ן. דאקעגן, די דיעה פון רמב"ם און רי"ץ גיאת איז אז אויך אביסל מער ווי א כביצה איז נאך פטור פון סוכה, און נאר ווען דער נפח איז באדייטיג גרעסער פון א ביצה דארף מען דאס עסן אין סוכה.

למעשה, אין שולחן ערוך[5] איז געפסקנט ווי די מחמירים, אז יעדע געבעקס גרעסער פון די נפח פון א ביצה דארף מען עסן אין סוכה: ”וכמה אכילת עראי - כביצה מפת”

פרוכט און אנדערע עסנווארג

עסנווארג וואס זענען נישט פון די מיני דגן, ווי פרוכט און גרינצייג, פלייש, קטניות און אנדערע עסנווארג, ווערט נישט גערעכנט דאס עסן ווי אן אכילת קבע, און מען מעג זיי אויך עסן אינדערויסן פון סוכה[6]. דאך, ווען א מענטש איז קובע א סעודה אויף עסנווארג וואס זענען נישט פון דגן, האבן די ראשונים זיך חולק געווען אויב די באשלוס פון א מענטש צו אוועקשטעלן זיין מאלצייט אויף זיי רעכנט זיי ווי אן אכילת קבע.

  1. לויט מהר"ם מרוטנבורג און דער רמב"ן, איינער וואס איז זיך קובע אפילו צו עסן פרוכט (און כל שכן אויף עסן פלייש) - איז חייב בסוכה.
  2. לויט רבנו פרץ, מאירי און דער אור זרוע, און אזוי וויזט אויס פון רמב"ם (הלכות סוכה פרק ג, הלכה ו), איינער וואס איז זיך קובע צו עסן פרוכט - איז פטור מסוכה, אבער צו עסן פלייש, רייז, קעז און דאס גלייכן - איז חייב בסוכה.
  3. לויט רא"ש און טור, יעדע עסנווארג וואס איז נישט פון די חמשת מיני דגן - איז פטור מסוכה.

פסק הלכה

  1. דער שולחן ערוך פסקנט ווי דער רא"ש, אז נאר א מאכל פון מיני דגן איז חייב בסוכה. און אזוי פסקנען נאך אחרונים [7].
  2. אסאך אחרונים האבן געשריבן אז ווען מען איז קובע א סעודה אויף פלייש און אנדערע עסנווארג, איז גוט זיי צו עסן אין סוכה[8].
  3. עס זענען דא וואס זאגן אז עס איז א חוב צו עסו אין סוכה פלייש און אנדערע עסנווארג וואס מען איז קובע אויף זיי א סעודה[9].
  4. און עס זענען דא וואס זאגן אז די מחלוקת האחרונים איז געווען נאר אין פארגאנגענהייט, וואס דעמעלט איז מען נישט געווען איינגעוואוינט צו עסן גאנצע מאלצייטן אן ברויט אדער געבעקס פון דגן. אבער היינטיגע צייטן וואס מען איז געוואוינט צו עסן א גאצע מאלצייט פון עסנווארג נישט פון דגן, איז א חוב צו עסן יעדעל סעודת קבע אין סוכה[10].

א געקעכטס פון חמשת מיני דגן

לגבי א געקעקעכטס פון חמשת מיני דגן (וואס זיין ברכה איז 'מזונות') איז פארהאן א מחלוקת אויב דער וואס עסט דערפון א כביצה איז מחויב צו עס עסן אין סוכה. לויט רא"ש און טור, און אזוי האט געפסקנט דער שולחן ערוך, נאר אויב ער עסט דערפון א שיעור קביעת סעודה (מאלצייט) איז א חוב צו עס עסן אין סוכה. אבער אויב ער פארזוכט נאר פון דעם און ער טראכט נישט זאט צו ווערן דערפון, אויך אויב עס איז מער ווי א כביצה - איז מען נישט מחויב צו עסן אין סוכה. מאידך, לויט מגן אברהם און שולחן ערוך הרב, אויך א געקעכטס וואס איז געמאכט פון דגן, דער וואס עסט דערפון א כביצה איז מחויב צו עסן אין סוכה, ווי די הלכה פון א געבעקס פון דגן. און אזוי האבן געפסקנט אפאר אחרונים[11].

געטראנקען

אין אלגעמיין, געטראנקען מעג מען טרינקען אינדרויסן פון סוכה אן קיין באגרעניצונג. ווי עס ווערט געלערנט פון די משנה אין מסכת סוכה ב, ד: ”אוכלין ושותין ארעי חוץ לסוכה”. און די כוונה איז אז יעדע טרינק ווערט גערעכנט ווי ארעי און עס איז מותר אינדערויסן פון סוכה. אבער לגבי טרינקען שארפע געטראנקען, וואס האט א גרעסערע חשיבות פון א געווענליכע טרינקען, האבן די פוסקים זיך חולק געווען אויב ווען מען טרינקט זיי בדרך קביעות (א גרופע צוזאמען) ווערט עס גערעכנט ווי אן 'אכילת קבע': לויט דער אור זרוע, און אזוי האט געפסקנט דער מגן אברהם, און דער משנה ברורה האט חושש געווען צו זיין דיעה[12], יעדע צוזאמקום צו טרינקען שארפע געטראנקען בחבורה ווערט גערעכנט ווי 'קבע' און עס איז אסור אינדערויסן פון סוכה. און לויטן ריטב"א מעג מען טאקע טרינקען שארפע געטראנקען אינדערויסן פון סוכה, אבער וויין, אלס זיין חשיבות, טאר מען נישט טרינקען אפילו א רביעית אינדערויסן פון סוכה. און דער רא"ש האלט אז וויבאלד מען זעטיגט זיך נישט פון שארפע געטראנקען, אריינגערעכנט וויין, איז מען נישט מחוייב זיי צו טרינקען דווקא אין סוכה. און ווי אים האבן אנגענומען דער שולחן ערוך און דער רמ"א[13].

ההידור באכילת ארעי בסוכה

על אף שאכילת ארעי מותרת מחוץ לסוכה, המשנה במסכת סוכה מביאה מעשה של רבן יוחנן בן זכאי, ומעשה נוסף של רבן גמליאל, שהחמירו על עצמם לאכול ולשתות אכילת ארעי בסוכה: ”מעשה והביאו לו לרבן יוחנן בן זכאי לטעום את התבשיל, ולרבן גמליאל שני כותבות ודלי של מים, ואמרו: העלום לסוכה”. והגמרא שם בארה שהמשנה הביאה מעשים אלו כדי ללמד ש”אם בא להחמיר על עצמו - מחמיר, ולית ביה משום יוהרא [ואין בדבר משום יוהרה.

הידור זה הובא להלכה בשולחן ערוך[14]: ”ומי שיחמיר על עצמו ולא ישתה חוץ לסוכה אפי' מים, הרי זה משובח”.

זעט אויך

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. ויקרא כג, מב
  2. סוכה כח, ב
  3. משנה, סוכה ב, ד
  4. סוכה כז, א
  5. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ב'
  6. ווי עס קומט ארויס פון די משנה אין מסכת סוכה ב, ה, אז רבן גמליאל האט מחמיר געווען אויף זיך ווי אן הידור צו עסן די טטייטלען אין סוכה
  7. שולחן ערוך הרב, יחווה דעת (חלק א', סימן ס"ה)
  8. בהם: ב"ח, אליה רבה, משנה ברורה תרלט טו, כף החיים טו
  9. גינת ורדים, חיד"א ודרך החיים
  10. פניני הלכה סוכות פרק ג, הלכה ד, ובהערה 5 שם
  11. זעהט יחווה דעת חלק א, סי' ס"ה. פניני הלכה סוכות פרק ג, הלכה ד, והערה 4 (און דארט האט ער געשריבן אז בשעת הצורך קען מען מקיל זיין צו עסן א געכעטס פון דגן מער ווי א כביצה אינדרויסן פון סוכה)
  12. משנה ברורה, סימן תרל"ט, סעיף קטן י"ג
  13. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ב'
  14. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תרל"ט, סעיף ב'

קטגוריה:סוכות קטגוריה:המכלול: ערכים הנכללים בזים תורני קטגוריה:הלכה קטגוריה:הלכות חג הסוכות קטגוריה:סעודות מצווה