פרייטאג

פון המכלול
זעקסטער טאג פון וואך, צווישן דאנערשטאג און שבת
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פרייטאג איז דער זעקסטער טאג אין וואך, ציילנדיג צו שבת. עס ווערט כאראקטעריזירט ביי אידן אלס ערב שבת, ווען מען איז פארנומען מיט צוגרייטונגען צום שבת.

אין טייל לענדער (און לויט ISO-8601) ווערט עס פאררעכנט אלס דער פינפטער טאג פון וואך, אנהייבנדיג פון מאנטאג.

אין דער פערסישער קאלענדאר ציילן זיך די טעג אנגעהויבן פון שבת, וועלכער איז טאג 0; פרייטאג איז אלזא דער זיבעטער טאג אין רייע, אבער הייסט "טאג זעקס".

נאמען

לויט די אסטראלאגיע פון די "שבעה כוכבי לכת", (שבתאי, צדק, מאדים, חמה, נוגה, כוכב, לבנה), איז יעדע שעה אין טאג באשטימט פאר אן אנדערן פון די כוכבים. דורכאויס דער ערשטער און צווייטער יארהונדערט איז געווארן פארשפרייט אין רוים דער פירונג, פון העלענישע און עגיפטישע ווארצלען, צו רופן די טעג פון וואך לויט דער כוכב וואס הערשט אין דער ערשטער שעה אינדערפרי פון יענעם טאג. דער זעקסטער טאג אין וואך, אין וועלכן פרימארגן עס הערשט נוגה[1], איז אלזא גערופן געווארן "דער טאג פון ווענוס" (לאטייניש: dies Veneris).

ווענוס איז געווען געדינט אלס אפגאט אין רוים, אן אפגאט וואס די פארשידענע גערמאנישע שבטים האבן אידענטיפיצירט מיט זייער אפגאט Frig אדער Freyja. דערפון האבן זיך גענומען די פארשידענע וואריאציעס פונעם נאמען פון דעם טאג אין די גערמאנישע שפראכן[2].

אין אידישקייט

אין אלגעמיינע קולטורן

רעפערענצן

  1. זעט אויך ברכות נט, ב און רש"י דיבור המתחיל שבתאי
  2. "Friday". Online Etymology Dictionary.


קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל