רוי:דאנאלד טראמפ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דאנאלד דזשאן טראמפ ( אויף ענגליש : Donald John Trump ; געבוירן דעם 14טן יוני 1946 ) איז דער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן .

איידער ער איז אריין אין פאליטיק, איז ער אנערקענט געווארן אלס ביזנעסמאן, א קאנסטראקציע אונטערנעמער און א געוועזענער פראדוצירער און באלעבאס פון אן אמעריקאנער רעאליטעט שוי. געדינט אלס פּרעזידענט צווישן די יארן 2017-2021.

טראמפ איז דער אייגנטימער פון דער קארפאראציע "די טראמפ ארגאניזאציע", און דער גרינדער פון דער פירמע "טראמפ פארוויילונג רעסאָרטס", וועלכע איז פארנומען מיט די בוי ארבעט, אפעראציעס פון ​​געביידעס, קאַסינאָס, קולטור-אינסטיטוציעס און האָטעלן איבער דער וועלט. זיין פארשווענדענישע לעבנס שטייגער, האט אים געמאכט בארומט אין די לעצטע יאר צענערס פון די 20 יאָרהונדערט. אנהייב 21סטן יארהונדערט איז ער אויך געווען א בארימטע טעלעוויזיע פערזענליכקייט א דאנק א פאפולערע פראגראם וואס ער האט פארגעשטעלט מיטן נאמען "The Apprentice", וואס איז געלאפן אין די 2004-2015. אין די 2016 פרעזידענט וואלן איז ער אויסגעקליבן געווארן אלס דער רעפובליקאנער קאנדידאט און האט באזיגט זיין דעמאקראטישע קעגנער, הילערי קלינטאן.

גלייך ביים אריינגיין אין אמט, האט טראמפ זיך געאיילט אונטערצושרייבן א סעריע פון ​​פרעזידענטליכע באפעלן, אריינגערעכנט דעם פארארדענונג וואס האט פארבאטן אימיגראציע פון ​​בירגערס פון עטליכע מוסלעמענער לענדער וואס האט א מוסלעמענער מערהייט, ווייל ער האט זיי אנגערופן "טעראר-פריינדליכע" לענדער. אנדערע אָרדערס נעמען אראפ רעגולאציעס פון ביזנעסער און ענוויירומענטואלע שוץ, און גלייכצייטיג פאראויסגשטופט מאַסיווע שטייער שניט. אין אויסערן פאליסי האט ער פאראויסגשטופט א פאליסי וואס ער האט קאראקטיריזירט אלס "אמעריקע ערשט": ער האט זיך צוריקגעצויגן פון פארהאנדלונגען אין די טראנס-פּאַסיפיק שותפות און די פאריזער אפמאך וועגן קלימאט טוישונגען, ארויפגעלייגט אימפארט טאריפס וואס האט ארויסגערופן א האנדל קריג מיט כינע, און צוריקגעצויגן אמעריקאנער כוחות פון די ציווילע מלחמה אין סיריע. זיין שטעלונג צו מדינת ישראל איז געווען גאָר פאזיטיוו, אריינגערעכנט ווען ער האט אנערקענט ירושלים אלס מדינת ישראל'ס הויפטשטאט און מדינת ישראל'ס בעלות אויף די גולן בערג, פאראויגעשטיפט די עברעהעם שלום אפמאך מיטן ציל נארמאליזירן די ​​באציאונגען צווישן מדינת ישראל און עטליכע אראבישע לענדער, און גענומען א שטארקע ליניע קעגן איראן. צווישן אנדערע ווען ער האט זיך צוריקגעצויגן פונעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן און ווען ער האט באפוילן די עלימינירן א צאל עליטע מיטגלידער פון איראן'ס רעוועלוציענערישע גווארדיע.

טראמפּ איז געלאפן פאַר אַ צווייטער טערמין אין די פרעזעדענטליכע וואלן אין 2020, אבער האט פאלוירן צו זיין קעגנער דער דעמאקראטישע קאנדידאט דזשאו ביידען. מיט ביידענס נצחון, האט טראמפ זיך צוגעשטעלט צו 10 פרעזידענטן וועלכע זענען נישט ערוויילט געווארן צו א צווייטן טערמין – דער לעצטער פון זיי איז געווען דזשארדזש הערבערט וואקער בוש, אויך פון דער רעפובליקאנער פארטיי.

נאוועמבער 16, 2022, האט טראַמפּ מודיע אַז ער וואָלט לויפן אין די פרעזעדענטליכע וואלן פון די פאַרייניגטע שטאַטן אין 2024.

טראמפ איז געווען דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט צו ארעסטירט ווערן, און ער איז דער ערשטער פרעזידענט וואס ווערט אנגקלאגט סיי אין סטעיט געריכט פאר'ן פעלשן ביזנעס דאקומענטן, סיי אין פעדעראלן געריכט פארן פארהאלטן קלאַסיפיצירטע דאקומענטן.

דער אנהייב פון זיין לעבן און משפּחה

טראַמפּ איז געבוירן אין ניו יארק אין אַ משפּחה פון דייטשע סקאטישע אפּשטאם, אַ מיטגליד פון דער אמעריקאנער פּרעסביטעריאַן קירכע. זיין זיידע, פרידריך טראַמפּ, איז געבוירן אין קאלשטאדט אין די קעניגרייך פון באוואריא (שפּעטער צוזאמגעשמאלצן מיט די דייטש אימפעריע), האט אימיגרירט צו די פאַרייניגטע שטאַטן אין 1885, און האט אמעריקאניזירט זיין ערשטער נאמען צו פרעדריק ווען ער באקומען אמעריקאנער בירגערשאַפט אין 1892 . אין די צייט פון די גאלד געלויף אין 1897, האט פרעדריק געבויט דריי רעסטוראנען מיט אַ האטעל אויף די וועג פון די גאלד מינעס וואָס איז געווען אין קלאנדיקע אין קאנאדע, אזוי האט ער געמאכט זיין ערשטער פארמעגן. דערנאך האָט ער זיך צוריקגעקערט צו זײן היימשטאט אין 1902, דארט האט ער חתונה געהאט מיט זיין פרוי, עליזאבעטה . זיי האבן זיך אריבערגצויגן קיין ניו יארק סיטי אום אויגוסט פון דעם יאר. צוליב זיין פרוי'ס בענקשאפט צו איר היימלאנד, האָט די משפּחה זיך אומגעקערט צו זייער געבורטסארט. ווען זיי זענען אנקגעקומען, האבן די דייטשע אויטאריטעטן באשלאסן אז פרעדריק האט עמיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן כדי זיך ארויסצודרייען פון באצאלן שטייערן און מיליטער דינסט אין דער דייטשער ארמיי, און אז ער האט פארלעצט א געזעץ וואס פארבאט אימיגראציע קיין צפון אמעריקע. אין דער רעזולטאט איז זײן דײטשע בירגערשאפט אפגערופן געװארן . ערהאט פרובירט צו אפּעלירן דעם באשלוס אן ערפאלג, און אין 1905 האט ער אן קיין ברירה זיך געדארפט צוריקערן צו די פאַרייניגטע שטאטן.


פרעד טראמפּ, פאטער פון דאנאלד טראַמפּ

דאנאלדס פאטער, פרעד טראמפּ, איז געבוירן 11 אקטאבער 1905 אין קווינס. ווען ער איז געווען 15 יאר אלט, איז ער געגאנגען אין די פיסטריט פון זיינע עלטערן און איז אריין אין די ריעל עסטעיט ביזנעס, און צוזאמען מיט זיין מוטער געגרינדעט די ארגאניזאציע "עליזאבעט טראמפ ענד סאן", ווען פרעד איז געווען 22 יאר אלט איז די ארגאניזאציע געווארן א פירמע. אין די 1920ער יארן , האט ער געבויט דירות אין קווינס, וועלכע זענען פארקויפט געווארן מיט א ביליגערע פרייז פון די מארקעט פרייז אין יענער צייט, אין די צווייטע וועלט קריג האט פרעד געבויט באראקן פאר די מיליטער, און נאך דער מלחמה האט ער פארברייטערט זיינע אפעראציעס און ער האט געבויט הייזער פאר די פאמיליעס פון מלחמה וועטעראן. אין די פריע 1930 ער יארן, האט פרעד באגעגנט מערי מאקלעאד, וואס האט אימיגרירט מיט איר סקאטיש משפּחה פון די בריטישע טערעטאריע. ער האט חתונה געהאט מיט איר אין יאנואר 1936 אין א צערעמאניע וואס איז געפייערט געווארן אין אַ פּרעסביטעריאנישע קירכע.

די פּארל האָט געוואוינט אין די דזשאמעיקא , וואָס איז אין די בארא קווינס, ניו יארק. דעם 5טן אפריל 1937 האבן זיי געבוירן זייער ערשטע טאכטער, מאריאנא טראמפ, און דרענאך זייער זון פרעדריק דזשוניער (1938-1981), עליזאבעט (געבוירן 1942), דאנאלד (געבוירן 1946), און ראבערט (1948-2020). דער עלטסטער ברודער, פרעד טראמפ דזשוניער, איז אַרײן אין די פאמיליע ביזנעס, און האט זיך פארפלאנטערט מיט זייער טאַטן און איז ער געגאנגען זיך לערנען צו ווערן אַן פּילאָט פאר ליפטליניעס,ער איז געשטאָרבן פון האַרץ פראבלעמען נאכן זיין צוגעבינדן צום ביטערן טראפ אין 1981 אין עלטער פון 43;; דאנאלד טראמפּ צו זיין ברודערס גורל דער פאקט אז ער פארמיידט זיך פון אַלקאָהאָל און רייכערן. טראמפ'ס יונגערע ברודער, ראבערט, איז אויך אריין אין די פאמיליע ביזנעס און איז געווארן א מענעדזשער. ראבערט טראמפ איז געשטאָרבן אין אויגוסט 2020. די טראמפ שוועסטער האבן אים נישט דערמוטיקט








רעפערענצן