נדב בן ירבעם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש



פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער

'סיבת המוות: גע'הרג'עט געווארן' אינו ערך חוקי

נדב בן ירבעם
מדינה מלכות ישראל
פטירה ב'תתקפ"ו
גבתון
בית ירבעם דינאסטיע
פאטער ירבעם בן נבט


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פירער פאזיציע

פאראמעטער [ מנהיג דת בתקופה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

2'טער מלך ישראל
ב'תתקפ"הב'תתקפ"ו

נָדָב געווען דער צווייטער קעניג פון מלכות ישראל, דער זון פון ירבעם, און דער לעצטער קעניג פון בית ירבעם. ער האט געקעניגט פון יאר ב'תתקפ"ה ביז ב'תתקפ"ו.

ער איז אנגעגאנגען מיט די שלעכטע מעשים פון זיין פאטער ירבעם, סיי מיט די עגלים וואס ירבעם האט אויפגעשטעלט און סיי מיט אנדערע שלעכטס[2]: ”וַיַּעַשׂ הָרַע בְּעֵינֵי ה' וַיֵּלֶךְ בְּדֶרֶךְ אָבִיו וּבְחַטָּאתוֹ אֲשֶׁר הֶחֱטִיא אֶת-יִשְׂרָאֵל”[3]. ער האט געקעניגט בלויז צוויי יאר. דער רד"ק זאגט אז די צוויי יאר וואס די פסוק טיילט אים צו, האבן זיך אנגעהויבן צען יאר נאך זיין פאטערס טויט, ווייל ביז דאן איז ער נאכנישט געווען קעניג, אדער האט זיין קעניגרייך זיך נאכנישט אוועקגעשטעלט[4].

אין די צווייטע יאר פון זיין קעניגרייך איז ער גע'הרג'עט געווארן דורך זיין הויפט גענעראל בעשא, אין די צייט וואס זיי האבן באלאגערט די פלשתים אין גבתון. בעשא האט דערנאך אויסגע'הרג'עט גאנץ בית ירבעם, און מיט איז ערפילט געווארן די נבואה פון אחיה השילוני, וואס האט פאראויס געזאגט אז בית ירבעם וועט פארטיליגט ווערן צוליב זייער זינד.

אין זיין צייט איז אין מלכות יהודה געווען דער קעניג אסא בן אבים.

רעפערענצן

  1. לויט סדר הדורות הקצר, מהדורת תשס"ו עמ' 44.
  2. מלבי"ם, מלכים א' טו, כו
  3. מלכים א' טו, כו
  4. רד"ק מלכים א טז, לג