לא תתורו

פון המכלול
ווערסיע פון 19:07, 2 יולי 2023 דורך משתתף (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{דרעפט}} <!-- הייבט אן רעדאגירן אונטער די שורה --> '''לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם''' איז א מצות לא תעשה פון די תורה. עס טוט פארבאטן צו אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען צוברענגען דעם מענטש צו לייקענען אין איינע פון די יסודי הדת, אדער צו נאכצוגיין...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

לא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם איז א מצות לא תעשה פון די תורה. עס טוט פארבאטן צו אריינטראכטן אין געדאנקען וועלכע קענען צוברענגען דעם מענטש צו לייקענען אין איינע פון די יסודי הדת, אדער צו נאכצוגיין די אייגענע גלוסטענישן וואס קען צוברענגען דעם מענטש צו עובר זיין אויף די תורה.

מקור און איינצלהייטן פון די מצוה

די מקןר פון די מצוה איז אין פרשת שלח ”ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם. למען תזכרו ועשיתם את כל מצותי והייתם קדושים לאלהיכם”[1].

חז"ל דרש'נען דעם פסוק אז "אחרי לבבכם" מיינט געדאנקען פון מינות, און "אחרי עיניכם" מיינט געדאנקען פון זנות [2], און די ראשונים ערקלערן אז דאס מיינט זיך אריינטוהן דעם קאפ אין עולם הזה'דיגע גלוסטענישן[3]. טייל ראשונים רעכענען "אחרי לבבכם" און "אחרי עיניכם" פאר צוויי באזונדערע מצוות[4], אבער רוב ראשונים רעכענען עס פאר איין מצוה.

אזוי אויך לערנען טייל ראשונים ארויס פון דא די איסור הסתכלות אין אן אשת איש[5].

טייל ראשונים לערנען אבער אז דאס איז אן איסור צו טראכטן צו טוהן סיי וועלכע עבירה [6].

דער מצוה איז איינע פון די מצוות תמידיות וואס א מענטש דארף אלעמאל מקיים זיין[7]

מלקות

מען באקומען נישט קיין מלקות אויף דעם לאו, סיי ס'איז נישט קיין באשטימטע זאך אויף וואס מ'קען אנווארענען א מענטש דערויף[8], און אויך ווייל ס'איז א לאו שאין בו מעשה[9].

רעפערענצן

  1. במדבר טו, לט.
  2. ספרי על במדבר טו לט, |בבלי|ברכות|יב|ב
  3. ספר המצוות להרמב"ם מצות לא תעשה מז; ספר החינוך מצוה שפז
  4. סמ"ק סימן יב און סימן ל
  5. אגרת התשובה לרבינו יונה; סמ"ק סימן ל
  6. שערי תשובה שער ג' אות מא. זעט אין פירוש הגר"י פערלאו אויפן רס"ג לא תעשה א, ווי ער לערנט אז אזוי האלטן אויך דער רמב"ם, סמ"ג, ספר החינוך, און דער רס"ג אליין, אבער דער רס"ג האלט אז דאס איז נאר אן אסמכתא.
  7. ביאור הלכה אורח חיים חלק א סימן א בשם ספר החינוך
  8. ספר החינוך מצוה שפז
  9. ספר המצוות הל' עבודת כוכבים פרק ב' הלכה ג