רוי:העכסטע געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן

ווערסיע פון 04:15, 2 סעפטעמבער 2021 דורך YI>Pacha Tchernof (קעפלעך הייבן אן מיט דריי "=" fix)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)

דאס העכסטע געריכט פון די פאראייניגטע שטאטן איז דאס העכסטע געריכט אלס די יוסטיץ אפטיילונג פון דער פעדעראלער רעגירונג. דאס געריכט סערווירט צו באלאנסירן די מאכטן פון די לעגיסלאטיווע און עקזעקיוטיווע אפטיילונגן און גיט די ענדגילטיגע באשלוס צו יעדע פראגע אדער קאמפיליצירטע פאליטיק וועלכע רירט אן דאס געזעץ. איינמאל א אורטייל ווערט געגעבן פון דעם העכסטן געריכט איז דאס א פאראייביגטער געזעץ און קיין איין געריכט קען דאס נישט טוישן אויסער די העכסטע געריכט אליינס.

דאס העכסטע געריכט באקומט 5,000 קעיסעס א יאר אבער זי באהאנדלט נאר צווישן 100 און 150 פון די וויכטיגסטע פון זיי. דאס געריכט אקצעפטירט נאר א קעיס וועלכע קומט מיט א פראגע וועלכע האט צעטאן מיט דער קאנסטיטוציע אדער אויב עס איז אפיעלט געווארן פון א נידעריגערע געריכט. אויסער די אינערליכע געריכטן נעמט די העכסטע געריכט אן קעיסעס וועלכע פארמישט געפעכטן מיט אנדערע לענדער אדער מיט דאס לאנד'ס אמבאסאדארן ארום די וועלט.

די אמעריקאנער קאנסטיטוציע האט ארגינעל נישט געגעבן אזויפיל מאכט צו די העכסטע געריכט און דאס האט מען שפעטער צוגעטיילט אין די העכסטע געריכט אליינס אין יאר 803'. איינע פון די ספעציעלע מאכטן פון דאס געריכט איז אירע ריכטער אליינס וועלכע ווערן באשטימט פאר'ן גאנצן לעבן און דארפן קיינמאל נישט ווידער ערוועלט ווערן. דאס איז זייער א שטארקע מאכט וויבאלד די ריכטער דארפן נישט געפעלן די פארטיי וועלכע איז יעצט אין מאכט און מאכן זייערע באשלוסן מיט'ן אייגענעם פארשטאנד. א געווענליכע העכסטע געריכט ריכטער איז איבער 50 יאר אלט און דורכשניטליך רעטייערן זיי ביז 14 יאר אין די אנפאנג 70'גער יארן.

דאס געריכט באשטייט פון ניין ריכטער און די געזעצן ווערן באשטימט דורך א מאיאריטעט פון פינף ריכטער. איינמאל עס ווערט געגעבן אן אורטייל ווערט דאס אויטאמאטיש געזעץ אין אלע נידעריגערע געריכטן. וויפיל מאל מאכט זיך ווען די העכסטע געריכט אורטיילט א געזעץ לטובת איין סטעיט און דאס עפעקטירט באלד אלע אנדערע סטעיטס אפילו אויב דארט איז אזא זאך געווען אומקאנסטיטוציאנאל.

די העכסטע געריכט ריכטער רעטייערן געווענליך בעפאר דער זומער וואקאציע כדי די רעגירונג זאל האבן גענוג צייט צו טראכטן פון א נייע ריכטער. אויב מען קען זיך נישט פאראייניגן איבער א ריכטער ביז דאס געריכט קומט צוריק אין סעסיע וועט דאס געריכט ווייטער אנגיין מיט וויפיל ריכטער זי פארמאגט. אבער דא ווערט טייל מאל געשאפן א פראבלעם אז די ריכטער ווערן אן אייניגע נומער, געווענליך 8 אין צאל, און דאס ברענגט אז פארשידענע באשלוסן פאלן אייניג צעטיילט און קען נישט ווערן געזעץ. אין אזעלכע פעלער לייגט מען אפ דעם באשלוס ביז א שפעטערדיגע צייט ווען דאס געריכט פארמאגט שוין גענוג ריכטער און אינדערצווישן קען עס נישט ווערן געזעץ.


קוואליפיקאציע

דער פרעזידענט נאמינירט די ריכטער צו די העכסטע געריכט אויב איינער פון זיי רעטייערט אין זיין טערמין. זיין נאמינאציע דארף באשטעטיגט ווערן אין סענאט מיט א מאיאריטעט. געזעצליך קען דער פרעזידענט אויסוועלן וועמען ער וויל און יענער מוז נישט האבן קיין שום קוואליפיקאציעס. אבער וויבאלד די סענאט דארף באשטעטיגן דעם נאמינאציע מוז דאס זיין איינער וואס איז טויגליך צו דעם דזשאב.

אין פאקט זענען אלע העכסטע געריכט ריכטער פון די לעצטע 150 יאר געווען געוועזענע אדוואקאטן און האבן געהאט אויסצייכענונגן אין געזעץ. דער געלונגענסטער ריכטער באצייכענט אין די היסטאריע איז געווען דזשאן מארשאל אין דעם אנפאנג פון דעם 19'סטן יאר-הונדערט. מארשאל איז נישט געווען קיין אדוואקאט נאר האט אביסל געלערנט געזעץ אלס א יונגער מענטש אין ביכער וועלכע ער האט געבארגט פון זיינס א שכן וועלכער איז געווען אן אדוואקאט. אין די לעצטע דורות זענען אלע העכסטע געריכט ריכטער ערשט געווען פעדעראלע ריכטער מיט אסאך ערפארונג.

געווענליך זענען די ריכטער גענויגט צו פאליטיק אויף א געוויסן זין. טייל באלאנגן צו יוניאנס, טייל זענען געוועזענע גאווערנער אדער קאנגרעסלייט מיט א פאליטישע אויסקוק און איינער איז אפילו געווען א פרעזידענט. דאס איז געווען פרעזידענט האווערד טעפט (909' ביז 913') וועלכער איז געווארן דער הויפט ריכטער 8 יאר נאכ'ן פארלאזן דעם אוועל אפיס.

דער נאמינאציע פראצעדור

דער פרעזידענט און זיין שטאב האבן די ארבעט פון באשלוסן וועמען צו נאמינירן פאר דעם נייעם ריכטער. איינמאל דער פרעזידענט מאכט זיין באשלוס וועט ער אנרופן דעם קאנדידאט אויפ'ן טעלעפאן און גראטולירן פאר זיין/איר נאמינאציע. אבער ביי דעם פונקט איז מען נאך ווייט פון פארטיג. יעדע נאמינאציע דארף קומען אונטער א סענאט פארהער וועלכע איז זייער א שטרענגע פארהער אין וועלכע עס ווערן אויפגעדעקט אלע יארן פון דעם קאנדידאט און אלע זיינע/אירע פאליסיס, מעלות און חסרונות. נאכ'ן פארהער ווערן די רעזולטאטן איבערגעגעבן צו אלע סענאטארן און די סענאט גיט אפ א שטימע אויב יענער זאל יא אדער נישט באשטעטיגט ווערן.

פון די לעצטע 148 נאמינאציעס זענען נאר 12 פון זיי אפגעזאגט געווארן דורך די סענאט צוליב פארשידענע סיבות, געווענליך פאליטישע מאטיוון אין וועלכע דער פרעזידענט האט נישט געהאט די סענאט מיט זיך און זיין נאמינאציע איז געווען צו קעגנגעשטימט די סענאט מאיאריטעט. פיל מאל איז געווען ווען עס האט זיך געטומעלט קאנטראווערסיעס איבער א נאמינאציע אבער אין די ענדע זענען זיי באשטעטיגט געווארן. א היסטארישע קאנטראווערסיע איז געווען אין יאר 91' ווען דער געוועזענער פרעזידענט בוש האט נאמינירט דעם שווארצן קלערענס טאמעס און די סענאט האט אויפגעדעקט שמוציגע מעשים פון זיין פארגאנגנהייט. עס האט זיך געטומעלט א לענגערע צייט אבער אין די ענדע איז ער באשטעטיגט געווארן.

אמאל האט דער פרעזידענט אליינס אויפגעזוכט זיין נאמינאציע און ער האט אוועקגעגעבן פון זיין אייגענע צייט צו שטודירן דערין. היינט ווערט די ארבעט געטאן דורך זיינע געהילפן וועלכע שטודירן יענעמ'ס פארגאנגנהייט און וויאזוי די סענאט און דאס פאלק וועט דאס אקצעפטירן. די סענאט פארהער איז אמאל אפגעהאלטן געווארן אונטער פארמאכטע טירן אבער אין די לעצטע 50 יאר ווערן זיי געהאלטן אין פובליק און זינט 981' איז עס אפילו טעלעוויזירט פאר דאס גאנצע פאלק.

איינמאל דער פרעזידענט נאמינירט א קאנדידאט קען יענער דאס אקצעפטירן אדער אפזאגן. אין די פארגאנגנהייט האבן 7 נאמינאציעס זיך אפגעזאגט פון דעם אמט. אויב די נאמינאציע ברענגט ארויס קריטיק קען דער פרעזידענט אליינס אויך נאך אפזאגן זיין נאמינאציע און באשטימען א נייע אזוי לאנג ווי די סענאט פארהערן זענען נישט פאראיבער. אויב די סענאט ווארפט אפ א נאמינאציע דארף דער פרעזידענט אפירזוכן א נייע אבער ער קען אויך נאכאמאל נאמינירן דעם זעלבן מענטש אין א צווייטע פראבע. נארמאלערהייט פאסירט דאס נישט אבער אויב עס ווערן פונקט אפגעהאלטן וואלן און די סענאט טוישט זיצן קען זיך דאס אמאל יא לוינען. אין די היסטאריע האט אזא זאך איינמאל פאסירט אין יאר 836' ווען פרעזידענט ענדרו דזשעקסאן האט נאמינירט ראדזשער טעני און די סענאט האט דאס אפגעווארפן. אינדערצווישן איז אפגעהאלטן געווארן א סענאט עלעקציע און זיין פארטיי האט געווינען נאך עטליכע זיצן. דזשעקסאן האט פרובירט נאכאמאל און עס איז אים טאקע געלונגן.

די פאליטיק פון נאמינאציע

א נאמינאציע גייט נישט אזוי פשוט וויבאלד דער פרעזידענט פרובירט ערוועלן איינער וואס איז גענויגט צו זיין פארטיי און די אנדערע פארטיי פרובירט דאס שטערן. אפילו אויב א נאמינאציע ווערט באשטעטיגט קען דאס אמאל שאטן פאר'ן פרעזידענט, ספעציעל אויב איז ער אין זיין ערשטן טערמין און וויל געווינען נאכאמאל. אין רוב פעלער קוקט מען בעיקר אויב דער קאנדידאט איז געשטימט צו דעם פרעזידענט'ס אידעלאגיע מיט א הויפט אישו. אויב דער פרעזידענט געניסט פון א מאיאריטעט סענאט קען ער דאס גרינגער דורכשטופן טראץ וואס די קעגנגעזעצטע פארטיי קען נוצן פיליבאסטערס צו שטערן א שטימע. אויב דער פרעזידענט געניסט נישט פון א מאיאריטעט סענאט דעמאלט וועט ער לכתחילה מוזן נאמינירן א מער מעסיגן קאנדידאט וועלכע האט די שאנסן באשטעטיגט צו ווערן.

אויב דער פרעזידענט פרובירט באשטימען א קאנדידאט וועלכע איז איינשטימיג מיט דעם ארויסגייענדיגן ריכטער איז נישט פאראן קיין גרויסע געפעכטן. אבער אויב דער פרעזידענט וויל אריינשטעלן איינער וואס איז אנדערש געשטימט ווי דער ארויסגייענדיגער ריכטער וועט די אנדערע פארטיי קעמפן מיט ציין און נעגל.

איינמאל דער קאמף איז פאראיבער איז דער פרעזידענט העכסט צופרידן אבער עס מאכט זיך אפט אז דער ריכטער גייט אין די ענדע בכלל נישט אין דעם דרך וואס דער פרעזידענט האט געמיינט ער/זי וועט גיין. טראץ וואס די נאמינאציע איז א דאנק דעם פרעזידענט דארף דער ריכטער אבער נישט זיין לאיאל צו דעם פרעזידענט'ס אידעלאגיע וויבאלד דאס איז זייער דזשאב. די העכסטע געריכט דארף וועגן דאס געזעץ קעגן די קאנסטיטוציע און נישט שטיצן א פאליטישע אידעלאגיע. פארשטייט זיך אז די פערזענליכע מיינונגן פון די ריכטער וועגט איבער זייער באשלוס צו זייער זייט אבער נישט שטענדיג איז דאס אזוי.

די העכסטע געריכט געביידע טראגט די אויסגעקריצטע ווערטער העכער איר אריינגאנג וועלכע ליינט זיך: "אייניגע גערעכטיקייט אונטער דאס געזעץ" און פאליטיק מעג נישט האבן דארט קיין מיינונג. אפילו דער עקסטרעמער ריכטער צו א פאליטישע אידעלאגיע וועט נוצן זיין לאגיק צו מאכן באשלוסן אפילו אויב דאס וועט מיינען א באשלוס וועלכע איז קעגן זיין אייגענע אידעלאגיע און קעגן די ווילן פון דעם פרעזידענט. אזא פאל איז פארגעקומען ביי די וואטערגעיט קאנטראווערסיע ווען די העכסטע געריכט האט געאורטיילט אז פרעזידענט ניקסאן מוז געזעצליך ארויסגעבן זיינע אייגענע טעיפס און קען נישט געניסן פון קיין עקזעקיוטיווע פריווילעגיעס אין אזא צייט. דריי פון די ריכטער וועלכע האבן געאורטיילט קעגן ניקסאן זענען באשטימט געווארן דורך אים.

די איינשווערונג

איינמאל די סענאט באשטעטיגט א קאנדידאט פעלט נאר אויס די איינשווערונג ביז יענער הייבט אן זיצן אין געריכט. יעדע ריכטער באקומט צוויי איינשווערונגן, איינס אונטער פארמאכטע טירן און א צווייטע אין דער עפענטליכקייט. די ערשטע איינשווערונג איז א געריכטליכע און ווערט אפגעהאלטן צווישן די ריכטער. דער צווייטער איז אן אדמיניסטראציע איינשווערונג אין וועלכע פילע רעגירונג'ס באאמטע, און אויך דער פרעזידענט, באטייליגן זיך.

די ריכטער שווערן אויף א קריסטליכע בייבל וועלכע באלאנגט צו דאס געריכט אבער דאס געזעץ ערלויבט צו נוצן סיי וועלכע רעליגיעזע בוך לויט דעם ריכטער'ס באגער. די תורה (א חומש) איז שוין עטליכע מאל גענוצט געווארן אין א העכסטע געריכט ווען אידישע ריכטער זענען באשטימט געווארן צו דאס העכסטע געריכט.

איינמאל א ריכטער איז איינגעשוואוירן איז דאס א דזשאב פאר זיין/איר גאנצן לעבן אזוי לאנג ווי ער/זי רעטייערט, געווענליך צוליב געזונטהייט סיבות אדער פאמיליע.

היסטארישע דאטומען אין די העכסטע געריכט היסטאריע

דאס יאר 790' איז געווען די ערשטע מאל וואס די העכסטע געריכט האט אפגעהאלטן א סעסיע.

אין 803' האט די העכסטע געריכט באקומען איר מאכט צו טוישן די קאנסטיטוציע. די מאכט האט די העכסטע געריכט זיך אליינס גענומען.

אין יאר 857' האט די העכסטע געריכט געאורטיילט אז די שווארצע קנעכט האבן נישט קיין שום רעכטן אין די פאראייניגטע שטאטן אונטער די קאנסטיטוציע.

אין יאר 896' איז דער געזעץ געטוישט געווארן אז די שווארצע דארפן יא באקומען רעכטן אבער זיי דארפן בלייבן אפגעטיילט פון די ווייסע.

אין 967' איז טורגוט מארשעל געווארן דער ערשטער שווארצער העכסטע געריכט ריכטער.

אין 974' האט דאס געריכט געאורטיילט קעגן פרעזידענט ניקסאן אז ער מוז ארויסגעבן זיינע פערזענליכע טעיפס וועלכע האט געמיינט זיין זיכער'ן סוף.

אין 981' איז סענדרע דעי אקאנער געווארן די ערשטע פרוי העכסטע געריכט ריכטערין.

אין 989' האט דאס געריכט גע'פסק'נט אז צו פארברענען די אמעריקאנער פאן איז נישט קיין קרימינאלע אקט.