שלשלת הקבלה
שלשלת הקבלה איז א תורה'דיגע טערמין וואס באציט זיך צו די חכמים וועלכע האבן מקבל געווען און איבערגעגעבן די תורה שבעל פה פון דור צו דור.
דער טערמין באציט זיך געווענליך צו די דורות צווישן משה רבינו און דער אמורא רב אשי, דער חותם פון תלמוד בבלי. נאך דעם דור, ווען עס איז שוין נישט געווען איין צענטראלע אויטאריטעט איבער כלל ישראל, האט זיך עטוואס געטוישט דער סדר פון איבערגעבן די מסורות פון דור צו דור.
הונטערגרונט
די תורה שבעל פה
לויט די מסורה, טיילט זיך די תורה אין צוויי חלקים: די תורה שבכתב און די תורה שבעל פה. חוץ פון די "תורה שבכתב", דער טעקסט פון די חמשה חומשי תורה וואס איז געגעבן געווארן אפגעשריבן, זענען אויך איבערגעגעבן געווארן ערקלערונגען אויף די פסוקים וועלכע זענען נישט אינגאנצן פארשטענדליך, הלכות און אנדערע דעטאלן וועלכע שטייען נישט ארויס אין די פסוקים אבער פעלן אויס זיי ריכטיג צו אפלערנען און אויספירן, און אפילו הלכות וועלכע זענען נישט געבינדן צו די פסוקים נאר זיי שטייען פאר זיך אלס הלכה למשה מסיני. השי"ת האט דאס אלעס אויסגעלערנט פאר משה רבינו ביים מעמד הר סיני, און ער האט זיי ווייטער איבערגעגעבן מונדליך פאר די קומענדיגע דורות אלס "תורה שבעל פה".