מודה אני

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מוֹדֶה אֲנִי

מוֹדֶה אֲנִי לְפָנֶיךָ מֶלֶךְ חַי וְקַיָּם. שֶׁהֶחֱזַרְתָּ בִּי נִשְׁמָתִי בְּחֶמְלָה. רַבָּה אֱמוּנָתֶךָ:​

מודה אני איז א קורצע און רעלאטיוו-נייע דאנק תפילה צום אויבערשטן פאר'ן צוריקגעבן די נשמה, וואס ווערט געזאגט ביים זיך ערוועקן אינדערפרי.

באדייט

די תפילה איז באזירט אויפ'ן געדאנק אז ביים שלאפן געבט מען איבער די נשמה אינעם אויבערשטנ'ס האנט און אינדערפרי קערט דאס דער אויבערשטער צוריק, ווען זי איז פריש און אויסגערוט. דער שלאף איז אלזא ווי טויט, און דאס צוריקקער פונעם נשמה אינדערפרי איז ווי תחיית המתים. יעדן צופרי איז דער מענטש ווי ניי באשאפן, ווי ירמיה הנביא זאגט "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[1]. דעריבער, ווען דער מענטש ערוועקט זיך פון שלאף, דארף ער דאנקן צום באשעפער.

מען זאגט דאס גלייך ביים זיך ערוועקן, כדי זיך צו דערמאנען וועגן דעם אויבערשטן וואס שטייט איבער זיך און מען זאל אויפשטיין געשווינד[2].

דער ליובאוויטשער רבי, רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, האט געשריבן א קונטרס 'ענינה של תורת החסידות', וואו אין צענטער איז ער מבאר די תפילה מודה אני בדרך פשט, רמז, דרוש, סוד, און חסידות.

די תפילה

דער נוסח התפילה איז: ”מודה אני לפניך, מלך חי וקיים, שהחזרת בי נשמתי בחמלה. רבה אמונתך”.

די תפילה געפונט זיך נישט אין גמרא אדער שולחן ערוך און איז נישט געזאגט געווארן בימי חז"ל[3]. דאס ערשטע מקור איז אין ספר סדר היום פון דער צפת'ער מקובל רבי משה בן מכיר[4]. די תפילה איז א קיצור פון אלקי נשמה וואס חז"ל האבן מתקן געווען אלס טייל פון די ברכות השחר. טראץ איר לעצטיגקייט איז זי אנגענומען אין רוב תפוצות ישראל און איז פון די באקאנטסטע תפילות, און ווערט געלערנט מיט קינדער פון א יונגע יארגאנג.

מען זאגט דער תפילה גלייך ווען מען ערוועקט זיך פון שלאף, נאך איידער'ן זיך וואשן נעגל וואסער, וויבאלד עס האט נישט דעם באשעפער'ס נאמען אדער כינוי. אנדערע זאגן אז ווען די הענט זענען אומריין זאל מען עס נישט זאגן נאר טראכטן אין קאפ[5].

דער שולחן ערוך הרב שרייבט אז מען זאל זיך נישט אויפזעצן גלייך, נאר ווארטן ביז מען ענדיגט זאגן מודה אני. געוויסע האבן דאס צוגעשטעלט אלס רפואה אויף orthostatic hypotension (העב')[א].

אין סידור רבי קאפל ווערט געברענגט אן אנדערע נוסח געבויט אויף די עשר ספירות: "מודה אני לפניך מלך חי וקיים אדיר ונאור המפואר בגבורה וגדולה ולו הבינה והחכמה הכתר והכבוד אשר ברוב חסדו ואמתו החזיר בי נשמתי אשר פקדתי בידו"[6]. דער חיד"א שרייבט א נוסח: ״מודה אני לפניך מלך רחום שהחזרת בי נשמתי בחמלה רבה אמונתך יהי רצון שיהא לבי נכון ומסור בידי ולא אכעוס ולא אכעיסך״[7]. למעשה איז אנגענומען און געדרוקט אין די סידורים דער נוסח פון סדר היום[8].

מען דארף מפסיק זיין צווישן די ווערטער בחמלה און רבה[9], אבער צווישן רבה און אמונתך זאל מען נישט, וויבאלד רבה גייט אויף אראפ, ווי אין פסוק "חדשים לבקרים - רבה אמונתך"[10].

רעפערענצן

  1. איכה ג, כג
  2. שולחן ערוך הרב, אורח חיים מהדורה תניינא א, א; סידור התניא
  3. רבי מנחם מענדל שניאורסאהן, ענינה של תורת החסידות
  4. סדר היום א, געברענגט אין מגן אברהם סוף סימן ד' און אין אליה זוטא סק"ב
  5. יעב"ץ?, עבודת הקודש?, קיצור של"ה? געברענגט אין תוספות חיים אויף חיי אדם

  6. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ליפשיץ, יעקב קופל בן משה, -1740, סדור קול יעקב
  7. קשר גודל א, א

  8. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי ישראל חיים פרידמאן, לקוטי מהרי"ח - חלק א
  9. סידור היעב"ץ, הנהגת הבוקר
  10. רבי אפרים זלמן מרגליות,
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:אוצר הספרים היהודי

    פאראמעטער [ 3 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    יד אפרים, אורח חיים, ד'; רבי חיים מרדכי מרגליות שערי תשובה, א, ה


ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "hebrew", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="hebrew"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.