שלשלת הקבלה

פון המכלול
ווערסיע פון 16:40, 25 אפריל 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (געשאַפן בלאַט מיט '{{אנדערע באדייטן|דאס=די כראנאלאגיע פון פערזאנען דורך וועלכע די תורה שבעל פה איז איבערגעגעבן געווארן|אנדער=דעם ספר פון רבי גדליה אבן יחיא|זעט=שלשלת הקבלה (ספר)}} '''שלשלת הקבלה''' איז א תורה'דיגע טערמין וואס באציט זיך צו די חכמים וועלכע האבן מקבל געווען און...')
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

שלשלת הקבלה איז א תורה'דיגע טערמין וואס באציט זיך צו די חכמים וועלכע האבן מקבל געווען און איבערגעגעבן די תורה שבעל פה פון דור צו דור.

דער טערמין באציט זיך געווענליך צו די דורות צווישן משה רבינו און דער אמורא רב אשי, דער חותם פון תלמוד בבלי. נאך דעם דור, ווען גאנץ תורה שבעל פה איז שוין געווען אפגעשריבן [אויסקלארונג פארלאנגט], האט זיך עטוואס געטוישט דער סדר פון איבערגעבן די מסורות פון דור צו דור.