רוי:רבי ישראל יעקב פישער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

הרב ישראל יעקב פישער (1925 - 2003) איז געווען רב אין שכונת זכרון משהירושלים ,און ראב"ד פון דער עדה החרדית פון תשנ"ו ביז תשס"ג.

ביאגראפיע

ישראל יעקב פישער איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו דבורה און אהרן פישער פון די אנשי ה"פרושים" בירושלים. ס'ווערט פארציילט אז זיין טאטע האט געשאסן דעם מנהיג פון די אראבער וואס איז געקומען טשעפן די אידן ביי די תרפ"ט ראיאטן, אבער די שמועות זענען נישט באשטעטיגט. זיין טאטע האט געשטאמט פון א רבנישער משפחה, דער זיידע רבי שלמה פישער איז געווען רב פון דער סטאטוס קווא קהילה פון קארלסבורג און א תלמיד פון רבי אברהם שמואל בנימין סופר און רבי יצחק דוב באמבערגער. די באבע שרה גיטל פישער איז געווען אן אייניקל פון רבי צבי הירש העלער מגדולי רבני אונגארן.

זיין טאטע איז געווען מקורב צו יעקב ישראל דעהאן, ממילא האט ער גערופן זיין קינד אויף זיין נאמען. בשנת ה'תש"ב, זייענדיג אלט 17 יאר, איז זיין פאטער נפטר געווארן. מיט ערציען די בני המשפחה, האט ארויסגעהאלפן, הרב יחיאל מתתיהו דיוויס. ישראל יעקב האט חתונה געהאט מיט מלכה בת הרב ישראל אשר וואלעס, איידעם פוחן הרב בן ציון יאדלער.

הרב פישער האט געדינט במשך ארבעים שנה אלס רב שכונת זכרון משה אין ירושלים, און אלס דיין אין בד"צ העדה החרדית. בסוף ימיו איז ער געווארן נתמנה ראב"ד של הבד"צ. ער איז נחשב אלס איינער פון די חשובי הפוסקים אין ירושלים. זיינע פסקים זענען פארזאמלט אין די ניין בענדער שו"ת "אבן ישראל".

צווישן זיינע באקאנטע פסקים: א שוואנגערע פרוי אין דעם ניינטן חודש איז פטור פון פאסטן יום הכיפורים, און א היתר צו עפענען שבת שטאפערס פון פלאסטיקע פלעשלעך.

ער איז נפטר געווארן כ"ה אדר א' ה'תשס"ג (27סטן פעברואר 2003) און באערדיגט אין הר המנוחות, ירושלים.

זעט אויך

רעפערענצן

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!