רוי:לאוער איסט סייד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

לאוער איסט סייד איז היינט-צו-טאג גאר א טייערע געגנט צוליב דעם וואס דער גאנצער לאוער איסט סייד איז געווארן פארשוועמט מיט ארטיסטן וואס בויען טייערע, מאדערנע לוקסוריעזע שענק און פארוויילונגס פלעצער, איבערהויפט "אַרט גאלאריען", וואס ציען באזוכערס פון דער גאנצער וועלט. איז זענען דארט פאראן האטעלן אא"וו. דאס אלץ פירט דערצו אז דער ריעל עסטעיט מארקעט שפרינגט אין הימל אריין. אירע גרעניצען זענען: האוסטען סטריט - צפון. טשיינע טאון מיט קאנאל - דרום. איסט ריווער וואסער - מזרח. באוערי - מערב.

דער לאוער איסט סייד איז אמאל געווען א שפרודלדיגע אידישע געגנט פון מיליאנען אידן.

רוב שולן זענען ליידער פוסט און לער, ווייל עס זענען נישטא גענוג אידן זאלן דארטן קומען דאווענען.

דער פוסק הדור ר' משה פיינשטיין האט דארטן געלעבט. הרב אפרים אשרי, פון די לעצטע תלמידים פונעם חפץ חיים, איז געווען רב אין דעם בית המדרש הגדול, הארט נעבן דער וויליאמסבורג בריק.

דער פרומער אידישער ארטאדאקסישער אסעמבלי ספיקער "שעלי סילווער" וואוינט אויך דארטן זיין גאנץ לעבן, ער איז דארטן געבוירן. און ער איז פרעזידענט אין דער גרויסער שול, "ביאלאסטאק" וואס זיין טאטע איז אויך געווען פרעזידענט דארטן.

ס'זענען אויך דא שפּאנישע שקצים, צוליב די שטאטישע פראזשעקטס דארטן, וואס בלייבט איבער אפילו ווען די פריוואטע פראפערטיס שטייגן.

היסטארישע שולן

כשר עסן

דערויסענדיגער לינק

  • שלום בערגער: איסט סייד היינט צוטאגס. [1]
  • א טור דורכאויס אלע אינטערסאנטע אטראקציעס פון די אמאליגע אידישער איסט סייד. [2]


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!