רוי:יאזע דע אנשיעטא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

יאזע דע אַנשיעטאַ

יאזע דע אַנשיעטאַ (שפּאַניש: José de Anchieta; ‏19טן מערץ, 1534, טענעריפע, שפאניע - 9טן יוני 1597, בראזיל) איז געווען אַ יעזואיטישער מיסיאנער און "הייליגער" פון דער קאטוילישער קירכע מיט א שפּאַנישן אפשטאם.[1]

ביאגראפיע

זיין זיידע איז געווען אַ איד וואָס האט זיך געשמדט. ביי די 14 יאר, איז ער אריבערגעפארן קיין פאָרטוגאַל, וואו ער האט זיך איינגעשלאָסן ביי די יעזואיטן און האט געלערנט פאָרטוגעזיש און לאטיין. אין עלטער פון 19 יאר האָט ער זיך איינגעשריבן אין דער עקספעדיציע פון די יעזואיטן צו די נייע קאָלאָניעס פון בראזיל.[1]

ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון סאו פאולא און ריא דע זשאנערא. ער איז געווען אַ שרייבער, פּאָעט, לינגוויסט, נאַטוראַליסט און דאָקטער, און האט געלערנט די מנהגים און שפּראַך פון די אלט-געזעסענע פעלקער אין בראזיל. רעכט צו זיין גרויס השפּעה אויף דער קולטור און ירושה פון בראזיל, איז ער באקאנט ווי דער "אַפּאָסטאל פון בראַזיל".

ער איז דערקלערט אַ "הייליגער" אין 2014 דורך פּויבסט פראַנסיס.[2]

רעפערענצן

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!