רוי:על ניניא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

על ניניא (שפאניש: El Niño) איז א קלימאטישער פענאמען וואס פאסירט אין דעם פאציפישן אקעאן קעגן איבער די בארטנס פון פערו און עקוואדאר און באאיינפלוסט די קלימאט איז פארשידענע ראיאנען פון דער וועלט, טייל פון זיי גאר ווייט פון דער דרום־אמעריקאנער יבשה. דער פענאמען פאסירט מערסטנס אין דעצעמבער און דויערט בערך א מאנאט, אבער איין מאל אין עטליכע יאר קומט ער פאר א לענגערער תקופה און איז גורם אז די פיש שטארבן. דאס טוט שעדיקן די עקאנאמיע פון פערו. אויך צוליב די אלע טויטע פיש, און אויך די געשטארבענע פייגעלעך וואס זענען געוואוינט צו עסן די פיש, ברענגט דאס מיט קראנקייטן. פארוואס דער פענאמען דערשטארקט זיך אין געוויסע יארן פארשטייט מען נישט.

די קאנסעקווענצן פון על ניניא שפירט מען אינעם פאציפישן אקעאן, אינעם אטלאנטישן אקעאן און אינעם אינדישן אקעאן. די עפעקטן אינעם אטלאנטישן אקעאן קומען 12-18 מאנאטן נאך ווען זיי ווערן געשפירט אין די פאציפישן און אינדישן אקעאנען.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!