רוי:פלייט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א פלייט

א פלייט איז א מוזיק־אינסטרומענט פון דער פאמיליע פון האלץ בלאז-אינסטרומענטן, וואס שאפט א קלאנג פון א לופטשטראם איבער א לאך אינעם פלייט וואו ער הייבט אן וויברירן. דער פלייט איז אפן פון איין עק און פארמאכט ביים צווייטן עק. מען קאנטראלירט דעם טאנשטאפל מיט 12 הייבערס.

דער פלייט איז אן אינסטרומענט וואס געפינט זיך אין יעדער קולטור און ציוויליזאציע אין דער וועלט.

פלייטן ווערן געמאכט פון האלץ, ביין אדער הארן, ווי אויך פון שטיין, פלאסטיק, מעטאל (גאלד אדער זילבער) און העלפאנדביין.

עטימאלאגיע

דאס ווארט פלייט שטאמט פון מיטלהויכדייטש floite; אויך אין אנדערע שפראכן ניצט מען ענליכע ווערטער: ענגליש: flute, האלענדיש: fluit, פראנצויזיש: flûte.

קאטעגאריעס פון פלייטן

א פלייט קען מען בלאזן אריבער א לאך אין דער זייט. אויך זענען פאראן אזעלכע פלייטן וואס מען בלאזט פון איין עק, ווי למשל א פאסטעך-פלייט און א פייפל.

א מאדערנער קאנצערט פלייט קען שפילן דריי אקטאוון פון מיטל C ארויף, און אזוי איז ער פון די העכסטע טאנשטאפל אינסטרומענטן אין אן ארקעסטער.

וועבלינקען

P music.svg דער ארטיקל בנוגע מוזיק איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!