רוי:הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד

הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד
געבורט פעמבראק שלאס, פעמבראקשיר, וויילס

הענרי דער זיבעטער פון ענגלאנד אדער הענרי טיודאר (28סטן יאנואר 145721סטן אפריל 1509) איז געווען מלך פון ענגלאנד פון 1485 ביז זיין טויט אין 1509. ער האט געגרינדעט די טיודאר דינאסטיע.

הענרי'ס הויפט טענה צום טראן פון ענגלאנד איז געווען פון זיין מוטער דורכן הויז פון באפאר. הענרי'ס מוטער, דאמע מארגארעט באפאר, איז געווען אן אור־אייניקל פון דזשאן פון גאנט, הערצאג פון לאנקאסטער, דער פערטער זון פון עדווארד דער דריטער, מיט זיין דריטער ווייב קאטערין סווינפארד.

ביאגראפיע

הענרי דער זיבעטער איז געבוירן געווארן אין 1457 צו עדמונד טיודאר און מארגארעט באפאר. זיין פאטער איז געשטארבן צוויי מאנאטן איידער ער איז געבוירן, און זיין 13-יעריגע מוטער איז געבליבן אליין זיין עלטער. זיינע יונגע יארן האט ער געוואוינט אין פראנקרייך.

ער האט געהייראט עליזאבעט פון יארק. זיי האבן געהאט זעקס קינדער:

הענרי דער זיבעטער האט אינוועסטירט אסאך געלט און אויפגעבויט דעם ערשטן ים־פלאט וועלכע האט אנגעהויבן פאטראלירן די וואסערן ווייטער פון די ארומיגע בריטישע אינזלען.

נאך זיין טויט אין 1509, האט אים נאכגעפאלגט ווי מלך פון ענגלאנד זיין זון הענרי דער אכטער.

וועבלנינקען


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!