רוי:דאמף לאקאמאטיוו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַן SAR Class 25 לאָקאָמאָטיוו אין האַרטסוואָטער
א בריטישער טאַנק-לאָקאָמאָטיוו
אַ טענדער פון אַ דאַמף־לאָקאָמאָטיוו

א דאַמף־לאָקאָמאָטיוו אדער פאַרע־לאָקאָמאָטיוו איז א דאַמפמאָטאָר אייזנבאַן לאָקאָמאָטיוו. זיי זענען אפט גענוצט געווען פון בערך 1830 ביז 1970. דערנאך דיזל און עלעקטרישע לאקאמאטיוון זענען מער אפט גענוצט געווען. דער ערשטער דאַמף־לאָקאָמאָטיוו איז געבויט געווארן דורך ריטשארד טרעוויטיק פאר אן אייזנבאן ליניע צו פירן אייזן ביי אן אייזן פאַבריק אין וויילס.

א דאַמף־לאָקאָמאָטיוו ארבעט דורך פאַרברענען א ברענשטאָף ווי קויל אין א ספעציעלער הרובע וואס הייסט א פייער-קאמער. דאס מאכט הייסע גאזן וועלכע גייען ארויף און גייען דורך רערן אין א קעסל - א גרויסער טאנק וואס פאַרמאָגט וואסער. דאס הייצט דאס וואסער, וואס מאכט פארע. די פארע גייט דערנאך דורך אן אנדערן ריר צו א צילינדער. דערנאך שטופט די פארע דעם פּיסטאָן, וואס שטופט א מעטאלן דישעל וואס פארבינדט די רעדער, און באוועגט דעם לאָקאָמאָטיוו. דערנאך גייט ארויף די פארע דורכן קוימען.

דאַמף־לאָקאָמאָטיוון זענען גענוצט געווארן ביז יעצט אין פילע אויסוואַקסנדיקע לענדער אין וועלכע די אייזנבאנען זענען נישט געווען עלעקטריפיצירט.

וועבלינקען

זעט אויך


Transportation template.svg דער ארטיקל בנוגע טראנספארט איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!