מוסטער:אין די נייעס
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
- רוסישע אינוואזיע אויף אוקראינע: די אינטערנאציאנאלע קרימינאלע געריכט האט ארויסגעגעבן אן ארעסט בארעכטיגונג פאר רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין (אין בילד) און רוסישע באאמטער מאַריא לוואָווא-בעלאָווא, פאר אנגעבליכע קריגס פארברעכנס אין צוזאמענהאנג מיט די פארכאפונג און געצוואונגענע אדאפטירונג פון קינדער פון אוקראינע.
- די בריטישע רעגירונג און ניו זילאַנד פאַרבאָטן די באנוץ פון כינעזע-אייגנס ווידעא מיטטיילונג עפּפּ TikTok אויף רעגירונג דעווייסעס צוליב זיכערהייט זארגן.
- דער מאלדאווער פארלאמענט באשטעטיגט א געזעץ, וואס דערקלערט פארמאל די אפיציעלע שפראך פון לאנד אלס רומעניש.
- א רוסישער SU-27 קאמפס פליגער האט פרובירט אראפ צו צווינגען אן אמעריקאנער MQ-9 דראון פון העכער די שווארצע ים, און דערנאך אריינגעקראכט דערין שעדיגנדיג די פראפעלער פון די דראון, וועלכע איז אין רעזולטאט אריינגעפאלן אין וואסער.
- געוועזענער ניו יארקער גאווערנער ענדרו קואמא האט געמאלדן אז ער עפענט א פרישע ארגאניזאציע גערופן "פראגרעסיוון פאר איזראעל".