רוי:הרב ישראל יאקאבאוויטש
הרב ישראל יאקאבאוויטש, באראן יאקאבאוויטש (ל' שבט ה'תרפ"א - כ"א מרחשון ה'תש"ס) איז געווען דער הויפט רב פון גרויסבריטאניע און דער קאמאנוועלט פון תשכ"ז ביז תשנ"א.
לעבנסגעשיכטע
ישראל יאקאבאוויטש איז געבוירן אין קעניגסבערג, אסט-פרייסן (היינט קאלינינגראד, רוסלאנד) צו זיין פאטער, הרב יואל יאקאבאוויטש און זיין מוטער () וורעשנער. אין די 1920ער יארן האט זיך די משפחה געצויגן קיין בערלין וואו זיין פאטער איז אויפגענומען געווארן אלס דיין. די משפחה איז אנטלאפן פון דייטשלאנד אין 1938 זיך צו ראטעווען פון די נאצישע רדיפות און איז אנגעקומען קיין ענגלאנד, און הרב יואל איז געווארן א דיין אין לאנדאן. ישראל האט דארט געלערנט אין ישיבת עץ חיים און ענדליך באקומען היתר הוראה פון די ראשי ישיבות, הרב אליהו לאפיאן און הרב נחמן שלמה גרינשפאן[1]. ער האט אויך שטודירט אין יידנס קאלעדזש.
ער האט חתונה געהאט מיט אמעלי (מייליע) מונק, די טאכטער פון הרב אליהו מונק פון פאריז, וואס האט אים געשטיצט אין זיין ארבעט פאר דער קהילה זיין גאנצן לעבן.[2] זיי האבן זעקס קינדער.
זיין ערשטע שטעלע איז געווען רב פון דער בראנדעזבורי שול. אין תש"ט, ווען ער איז געווען אלט 27, איז ער גערופן צו ווערן דער הויפט רב פון דער אידישער קהילה פון אירלאנד. דאס איז געווען דער ערשטער טראט אויפן וועג צו א געהויבענער קאריערע אין רבנות. אום תשי"ח איז ער אריבער צו ווערן רב פון דער פינפטע עוועניו שול אין ניו יארק, וואו ער האט געדינט ביז תשכ"ו, ווען ער האט באקומען א "רוף" צו ווערן הויפט רב פון די פאראייניגטע יידישע געמיינדעס פונעם קאמאנוועלט, און ער איז געבליבן אין דעם אמט ביז ער האט זיך פענסיאנירט אין תשנ"א.
הרב יאקאבאוויטש איז נפטר געווארן אין לאנדאן מוצש"ק כ"א מרחשון תש"ס אין דער עלטער פון 78, און מען האט אים געפירט צו קבורה אין הר הזיתים. די רביצין איז נפטר געווארן אייר תש"ע.
רעפערענצן
פריערדיגער: הרב ישראל בראדי |
הויפט רב פון די פאראייניגטע יידישע געמיינדעס פון דער קאמאנוועלט 1967 - 1991 |
נאָכפאלגער: הרב לארד סאקס |
הויפט רבנים פון די פאראייניגטע אידישע געמיינדעס פון דער קאמאנוועלט | |
---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!