רוי:מייקל כהן

פון המכלול
ווערסיע פון 13:23, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

מייקל דין כהן (ענגליש: Michael Dean Cohen; געבוירן דעם 25סטן אויגוסט 1966) איז א יידיש־אמעריקאנער יוריסט וואס האט געארבעט פאר דאנאלד טראמפ ווי זיין אדוואקאט ביז מאי 2018.

כהן איז געבוירן און האט אויפגעוואקסן אין דעם שטעטל לארענס, לאנג איילאנד, ניו יארק; זיין מוטער איז געווען א שוועסטער, און זיין פאטער א חורבן איבערלעבער וואס האט געארבעט אלס כירורג. ער האט געלערנט אין דער "לארענס וואודמיר" שולע, און האט געענדיגט אן ערשטן דיפלאם אין דעם אמעריקאנער אוניווערסיטעט, און א J.D. דיפלאם אין 1991 אין דער שולע פאר געזעצן אין דעם אוניווערסיטעט פון מערב מישיגן.

כהן איז אנערקענט ווי אן אדוואקאט אין ניו יארק שטאַט, און האט געדינט ווי וויצע־פרעזידענט פון דער טראמפ ארגאניזאציע און דער פערזענליכער אדוואקאט פון דאנאלד טראמפ.

כהן האט געהייראט לאראַ שוסטערמאן אין 1994, אן אוקראינע-געבוירענע, און זיי האבן צוויי קינדער.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!