רוי:אנא פראנק

פון המכלול
ווערסיע פון 13:12, 17 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – " יידן" ב־" אידן")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אנא פראנק
אנא פראנק אין בילד פון יאר 1940
אנא פראנק אין בילד פון יאר 1940
געבורט וויימאר רעפובליק[[טעקע:מוסטער:פאן/וויימאר רעפובליק|קישור=וויימאר רעפובליק|גבול|22x16pxpx|וויימאר רעפובליק]] פראנקפורט, וויימאר רעפובליק
מדינה הולנד[[טעקע:מוסטער:פאן/הולנד|קישור=הולנד|גבול|22x16pxpx|הולנד]] הולנד
קבורה ארט גרמניה[[טעקע:מוסטער:פאן/גרמניה|קישור=גרמניה|גבול|22x16pxpx|גרמניה]] בערגן-בעלזן, דייטשלאנד
פעילות בולטת טאגבוך פון אנא פראנק (1947)
השקפה דתית אידענע

אַנעליס מאַרי ("אַנאַ") פראַנק ( 12טן יוני 192931סטן מערץ 1945) איז געווען א אידיש מיידל פון דייטשלאנד וואס האט געשריבן א טאגבוך וועגן דעם מצב אין וואס זי און איר פאמיליע האבן זיך געפונען ווען זיי האבן זיך באהאלטן פון די נאציס אין א בוידעם פון א פארבריק אין אמסטערדאם.

פארן סוף פונעם קריג איז די פאמיליע פאר'מסר'ט און געכאפט געווארן און זי מיט איר פאמיליע זענען פארשיקט געווארן אין אוישוויץ און בערגן-בעלזן, וואו זי און רוב פון איר פאמיליע זענען געשטארבן פון הונגער און מגיפות.

איר פאטער האט איבערגעלעבט די מלחמה און האט זיך צוריק געקערט קיין אמסטערדאם וואו ער האט געפונען אַנא'ס טאגבוך, און האט געדרוקט און פארשפרייט איר טאגבוך אין בוך פארמאט, ביז היינט צוטאגס איז די טאגבוך פון אַן פראנק און אירע איבערזעצונגען אין הונדערטער שפראכן איינע פון די מערסט פארשפרייטע ביכער אין דער געשיכטע פון דער וועלט.

לעבנסגעשיכטע

אַנאַ פראנק איז געבוירן געווארן אין פראנקפורט, דייטשלאנד, דעם 12טן יוני 1929, די צווייטע טאכטער פון איר פאטער אטא היינריך פראנק און איר מוטער עדיט האלענדער.

נאָך דעם וואס די נאַציס האָבן איבערגענומען די מאַכט אין דייטשלאַנד און האָבן געווינען די מוניציפּאַלע וואַלן אין פראַנקפורט אין מערץ 1933, איז עדיט מיט די קינדער איבערגעפאָרן קיין אָכן צו איר מוטער. אָטאָ פראַנק האָט קורץ שפּעטער באַקומען אן אָנמוט צו שאַפן אַ האָלענדישע צווייג פון דער פירמע "Opekta" אין אַמסטערדאַם, וואָס ער האָט אָנגענומען. זיין משפּחה האָט אים נאָכגעפאָלגט אַ יאָר שפעטער.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן אין 1939, האט האלאנד פראקלאמירט נייטראלקייט. פונדעסטוועגן האט נאצי דייטשלאנד אינוואדירט האלאנד און בעלגיע דעם 10טן מאי 1940. האלאנד איז איינגענומען געווארן אין פינף טעג און האט נאכגעגעבן דעם 15טן מאי. גלייך נאך דער דייטשער אינוואזיע האבן זיך אנגעהויבן די גזירות קעגן דעם האלענדישן אידנטום, וואס האט דעמאלסט געציילט 140,000 מענטשן (מיט נאך 30,000 דייטשע פליטים, צווישן זיי די משפחה פון אַן פראנק). ביים סוף פון דער מלחמה זענען געבליבן לעבן נאר 40,000 אידן, וואס די מערהייט פון זיי האבן איבערגעלעבט ווייל זיי זענען באהאלטן געווארן און מ'האט זיי נישט געכאפט. די אנדערע האט מען געשיקט אין קאצעטן אין האלאנד (דער גרעסטער פון זיי איז געווען וועסטערבארק), פון וואס די מערהייט האט מען געשיקט אין באנען צו די טויט לאגערן אין פוילן, וואו זיי זענען אומגעקומען.


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!