רוי:רבי דוד קאהן

פון המכלול
ווערסיע פון 16:15, 9 מערץ 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "יידישע געבורט דאטום" ב־"אידישע געבורט דאטום")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי דוד קאהן
רבי דוד קאהן, תולדות אהרן רבי
רבי דוד קאהן, תולדות אהרן רבי
געבורט ט' טבת תש"ז (יארגאנג: 77)
טעטיקייט ארט מאה שערים
בת זוג הינדא לאבין
פאטער רבי אברהם יצחק קאהן
מוטער יענטא ראטה


רבי דוד קאהן (געבוירן ט' טבת תש"ז) איז דער היינטיגער תולדות אהרן רבי.

ביאגראפיע

רבי דוד קאהן איז געבוירן געווארן ט' טבת תש"ז, דער צווייטער זון פון זיין פאטער רבי אברהם יצחק קאהן, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי, און צו זיין מוטער מרת יענטא, טאכטער פון רבי אהרן ראטה, דער ערשטע רבי פון דער שומרי אמונים - תולדות אהרן דינאסטיע.

ער האט חתונה געהאט מיטן דער טאכטער פון רבי נפתלי צבי לאבין, דעם זידישויווער רבין, און געהאט איין קינד ישראל יוסף, זיין בכור, איו ארץ ישראל. דערנאך איז זיין שוויגער אוועק אין איבערגעלאזט א שטוב מיט קליינע קינדערלעך האט מען אים פארבעטן צי קומען וואוינען ביי זיין שווער וואס האט זיך אין יענער צייט אריבער געצויגן קיין לאנדאן. ער האט געוואוינט עטליכע יאר אין לאנדאן וואו מען האט אים געבעטן פון דעם סאטמארער כולל צו קומען לערנען ביי זיי.

שפעטער האט זיך זיין שווער זיך אריבער געצויגן קיין וויליאמסבורג, האט ער זיך געצויגן קיין מאנסי, און געדינט דארט אלס רב פון דער ארטיגער תולדות אהרן קהילה. דארט האט ער זיך משלים געווען אין תורה און עבודה, די וואס געדענקען אים פון דארט קענען נישט ענדיגן צו רעדן פון זיין צדקות, פרישות, און עבודה וואס ער פלעגט דארט אפרעכטן.

אין איין פאל ווען א חסיד פון מאנסי געקומען קיין ירושלים אין ער איז אריין צום פאטער פון רבי דוד, דער דברי אמנה, האט ער אים געפרעגט וואס מאכט מיין זון אין מאנסי. האט דער חסיד אים געזאגט אז דער עולם איז א ביסל ברוגז אז ער ציט אריין מיט שלש סעודות ביז שפעט האט זיך דער דברי אמנה אנגערופן ווען זיי וואלטן געוואוסט וואסארע גרויסע טובה ער טוט מיט זיי וואלטן זיי אים געבעטן אריינציען טיפער. אןן ביז היינט ציט דער רבי אריין ביז צוויי שעה נאכן זמן.

יעדן שבת ווארעמט זיך א געוואלדיגער עולם ביי זיינע טישן, בחורים פון ישיבות אין ירושלים, און מאסן יונגעלייט, האבן געמאכט דארט זייער קביעות יעדער איינער ווייסט אז פאר א הייליגן טיש קומט מען קיין תולדות אהרן.

אויך ווען ער קומט קיין ניו יארק, שטייען טויזנטער אידן ביי זיינע טישן שעות שעות; יעדע מאל וואס ער קומט שיינט עס אריין הייליגקייט אין ליכטיגקייט פאר א לאנגער צייט.

אסאך גרויסע עשירים אין ניו יארק פון פארשידענע קרייזן, האבן זיך אנגעקלעבט אין אים. א שטייגער ווי הר"ר מאיר זלמן שטעג ראש הכולל תולדות אהרן מאנסי.

דאס ווארט גשמיות עקזיסטירט נישט בכלל ביי אים, ער שלאפט קוים 2-3 שעה א נאכט ער ארבעט אריין זייער שווערע כוחות, ער לערנט אכט שעה א טאג זיכער, און אסאך מאל מער! ער דאווענט מיט אזא ברען אז דאס דאווענען נעמט כאטש 1-1/2 שעה! ער פארמאגט א הימלישע צורה.

ער לערנט אסאך קבלה אין ער איז אויסגעקאכט אין יעדער סוגיא אין ש"ס און ער איז א תלמיד חכם עצום.

פאמיליע

ער האט געהייראט א טאכטער פון רבי נפתלי צבי לאבין פון זידיטשויב.

זיינע קינדער זענען:

  • רבי ישראל יוסף, ראש הכולל ישא ברכה תולדות אהרן ירושלים; האט געהייראט מרת מרים גינענדל, טאכטער פון הרב נתן נטע פערל, איינער פון די גבאים פונעם רבי'ן.
  • רבי אהרן קאהן, רב פון תולדות אהרן חסידים אין מאנסי. ער האט געהייראט מרת אסתר, טאכטער פון רבי אליעזר זאב זיידא ראזנבוים, קרעטשניף סיגוט'טער רבי.
  • רבי משה, רב פון דער תולדות אהרן געמיינדע אין לאנדאן, גלייכצייטיג דינט ער אלס רב פון דער דינאווער שוהל אין ירושלים. ער האט געהייראט מרת לאה מרים, טאכטער פון רבי נפתלי מאשקאוויטש, מעליצער רבי פון אשדוד. ער וואוינט אין ירושלים אין באזוכט פון צייט צו צייט אין לאנדאן.
  • רבי מנחם נחום, רב פונעם תולדות אהרן בית מדרש אין בית שמש. ער האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת שרה ליבא, טאכטער פון זיין פעטער רבי משה קאהן, דער תולדות אהרן ראש ישיבה.
  • רבי ישעיה, רב פון תולדות אהרן חסידים אין בארא פארק; האט געהייראט מרת חיה, טאכטער פון רבי נחום אפרים טייטלבוים, דער וואלאווער רב.
  • רבי יואל יחיאל, האט געהייראט זיין שוועסטער-קינד מרת מרים איידל באשא, טאכטער פון זיין פעטער רבי אלימלך לאווי, דער טאהשער רבי.
  • רבי שלמה לייב, איידעם פון רבי יהושע מנחם שטערן, רב פון רחמיסטריווקער חסידים אין בני ברק.
  • מרת מרים איידל באשא, ווייב פון הרב אברהם ראבינאוויטש, אן אייניקל פון רבי בנימין ראבינאוויטש, א דיין אין עדה החרדית.
  • מרת סימא, ווייב פון רבי חיים מרדכי ראזנבוים, זון פון רבי ישראל ניסן ראזנבוים, קרעטשענעווער רבי פון קרית גת.
  • מרת סאשא רייזל, ווייב פון הרב אליהו גינזבורג, זון פון חוסטער רבי.
  • ווייב פון הרב ברוך כהנא, אייניקל פון רבי משה אליקים בריעה כהנא, ספינקער רבי פון בני ברק, און פון רבי יחיאל לייפער, טעמעשווארער רבי פון ירושלים
  • מרת אסתר מלכה ברכה, ווייב פון הרב נתן פרידמאן, אייניקל פון רבי ישראל חיים מנשה פרידמאן, ראב"ד סאטמאר פון די זאליס.

וועבלינק

ווידעא קליפ זאגנדיג דברי תורה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!