רוי:מגילת אסתר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מגילת אסתר
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי
מגילת אסתר מתוך אוסף ברגינסקי
תקופת התרחשות שיבת ציון
הספר הקודם קהלת
הספר הבא דניאל

מגילת אסתר איז איינס פון די פינף מגילות אין תנ"ך. אין מגילה ווערט דערציילט אויף א פלאן צו פארטיליגן די אידן פונעם פערסישן קעניגרייך אין קעניג אחשוורוש'ס צייטן אין די סוף ג'ש יארן דורך המן דער אגג'ער און ווי אסתר המלכה און איר פעטער מרדכי היהודי האבן עס פארשטערט. די געשעענישט זענען די מקור צום יום טוב פורים. עס איז א חיוב מדרבנן צו ליינען די מגילה אין פורים, ביינאכט און בייטאג.

ערציילונג

סעודת אחשורוש

אחשורוש שיכור ביים סעודה. מאלעריי דורך מאוריצי גאטליב

די מגילה הייבט זיך אן מיטן דערציילן אויף א טרינק-סעודה וואס דער קעניג אחשוורוש רעכט אפ אין דריטן יאר פון זיין קעניגרייך. די סעודה ציט זיך 180 טעג און איז געווידמעט פאר אחשורוש'ס מיניסטארן און קנעכט, און פאר די מיליטערן פון פרס און מדי. במשכ'ן סעודה צייגט אחשורוש זיין רייכטום און מאכט.

דערנאך רעכט דער קעניג אפ נאך א זיבן-טאגיגע סעודה פאר די איינוואוינער פונעם הויפטשטאט שושן, און לאדנט אויך די אידישע בירגער. דער סעודה, וואס איז פארגעקומען אין הויף פון קעניג'ס באטאנישע גארטן ווערט געשילדערט אלס גאר שיין און רייך, מיט שיינע טישן און גאלדענע כלים, און אסאך וויין. די קעניגן ושתי האט אויך געמאכט א מאלצייט פאר די פרויען.

אין זיבעטן טאג, אנגעטרינקענערהייט, הייסט ער ברענגן די קעניגן ושתי צום מענער זאַל כדי צו ווייזן איר שיינקייט פאר אלע אנוועזנדע. ושתי זאגט אפ די לאדענונג און דאס רעגט אויף דער קעניג, וואס איז מחליט, אויפ'ן ראט פון זיין ראטגעבער ממוכן, איר צו אפזאגן פון די קעניגטום, און ארומשיקן בריוון צו אלע לענדער און פעלקער, יעדעם אויף זייער שפראך, אז דער מאן איז בעל הבית אין שטוב.

נייע קעניגן

שילדערונג פון בגתן און תרש פון אנטואן קאַראָן

ווען אחשורוש בארואיגט זיך הייסט ער צוזאמנעמען אלע שיינע בתולות פון איבער זיין קעניגרייך קיין שושן, צו אויסוועלן א נייע קעניגן. צווישן די אלע מיידלעך איז געווען אסתר, אדער הדסה, א אידישע יתומה וואס איז אויפגעוואקסן ביי איר פעטער מרדכי אין שושן, פון די אימיגראנטן וואס נבוכדנצר, קעניג פון בבל, האט פארטריבן פון ירושלים.

אסתר ווערט גענומען צו דעם פלאץ וואו די מיידלעך גרייטן זיך צו טרעפן אחשורוש, און געפעלט שטארק ביים פארוואלטער הגי. זי ווערט אויסגעקליבן צו זיין איינע פון די פאטענציעלע נייע קעניגן. אסתר פארציילט קיינעם נישט איר אידישע אפשטאם לויט די אנווייזונגען פון מרדכי. מרדכי קוקט שטענדיג נאך איר צו זען וואס זי מאכט. נאכן אריבערגיין די צוגרייטונגען וואס האט גענימען גאנצע 12 חדשים, ווערן געברענגט צו אחשורוש אלע פאטענציעלע קעניגן, צום סוף ווערט אסתר אויסגעוועלט צו זיין די נייע קעניגן.

אין יענע צייט איז מרדכי א באאמטער אינעם קעניגליכן הויף. אין איינע פון די טעג הערט ער זיך אונטער ווי צוויי טויער-היטערס, בִּגְתָן און תֶרֶשׁ, קאָנספּירירן צו ערמארדן אחשורוש, מרדכי גייט שנעל פארציילן פאר אסתר און זי פארציילט נאך די פלאן פאר אחשורוש. בגתן און תרש ווערן אויפגעהאנגען, און עס ווערט פארשריבן אינעם קעניגליכן כראָניק אז מרדכי האט געראטעוועט דער קעניג'ס לעבן.

המן'ס גזירה

נאך די מעשה, העכערט אחשורוש דעם ראנג פון זיין מיניסטער המן האגגי. אויפ'ן באפעל פונעם קעניג ביקט זיך יעדער אינעם הויף צו המן, חוץ מרדכי וואס האט זיך אויף קיין פאל נישט געקניט אדער געביקט. המן ווערט זייער אויפגערעגט אויף מרדכי'ס חוצפה, און מאכט אפ צו הרג'ען מרדכי און אלע אידן אלס נקמה. המן ווארפט גורל אויף וועלכע טאג זאל דאס ווערן אויסגעפירט, און עס קומט אויס דעם דרייצענטען פון חודש אדר. המן גייט איבעררעדן אחשורוש צו פארטיליגן דאס פאלק, און איז גרייט צו געבן 10,000 שטיק זילבער פאר'ן קעניג'ס שאצקאמערן. אחשורוש שטימט צו און געט איבער זיין קעניגליכן רינג פאר המן צו אפשטעמפלען א קעניגליכן באפעל צו הרג'ען אלע אידן און זאגט אויך אפ דאס נעמען די פארגעשלאגענע געלט. אין י"ג ניסן ווערט געשריבן בריוון אין אלע שפראכן, געשטעמפלט, און געשיקט מיט לויפערס צו אלע פעלקער זיך צו גרייטן צום דרייצענטן פון חודש אדר צו הרג'ען און באראבעווען אלע אידן וואס זענען אינעם פערסישן אימפעריע.

ווען מרדכי דערוויסט זיך פונעם גזירה, צערייסט ער זיינע קליידער, טוט אָן א זאַק און לייגט אש אויפ'ן קאפ, און גייט ארום אין די גאסן מיט א געוואלד ביזן קעניגליכן טויער. די גזירה קומט דערווייל אן צו די איבריגע אידן אין די פערסישן אימפעריע, און זיי הייבן אויך אָן פאסטן און טרויערן. די באדינערקעס דערציילן אסתר און זי שיקט קליידער צו איבערטון מרדכי, אבער מרדכי זאגט אפ. אסתר באפעלט הֲתָך, איינער פון קעניג'ס הערן, צו נאכפרעגן וואס גייט פאָר. מרדכי דערצייט אים אלעס וואס קומט פאר, און ווי המן טוט ווירקן ביים קעניג מיט געלט צו אומברענגען די אידן. ער געט איבער פאר התך'ן דעם אפיציעלן דאקומענט וואס רופט צו הרג'ענען די אידן ער זאל עס ווייזן פאר אסתר, און גלייכצייטיג איר באפעלן צו גיין זיך איינבעטן ביי אחשורוש צו אפזאגן די גזירה. צום ערשט וויל אסתר נישט, ווייל פאר'ן גיין צום קעניג אָן אַן איינלאדונג, ווייסט יעדער, באקומט מען טויט שטראף, אבער נאך אסאך בעטן און סטראַשן שטימט אסתר צו, און בעט צו איינזאמלען אלע שושן'ע אידן צו פאסטן פאר דריי טעג און נעכט, צוזאמען מיט איר און אירע מוידן.

אחשורוש נעמט אויף אסתר און אסתר בעט אחשורוש צו קומען פאר א סעודה מיט המן. ביים סעודה בעט אסתר נאכאמאל אחשורוש צו קומען פאר נאך א סעודה מיט המן אויף מארגנס. המן קערט זיך אהיים צופרידן נאכן ערשטע סעודה, אבער באגעגענט זיך מיט מרדכי וואס וויל זיך נישט בוקן צו איהם ווערט ער אויפגערעגט. מיט די עצה פון זרש זיין ווייב און ליבהאבער, גרייט ער צו א בוים פון פופציג איילן הויך צו אויפהענגען מרדכי אויף דעם ווי שנעלער איינמאל אחשורוש געט איהם רשות.

מרדכי'ס כבוד און המן'ס דערנידערונג

יענע נאכט האט אחשורוש נישט געקענט איינשלאפן, האט ער גערופן זיין באדינער צו איהם פארליינען אינעם "ספר דברי ימים" פון פרס. די ספר האט זיך אויפגעמישט פון זיך אליין צו די מעשה פון בגתן און תרש, אחשורוש פארלאנגט אז מען זאל באצאלן מרדכי פארן ראטעווען זיין לעבן, אחשורוש זוכט איינער פון זיינע מינערסטארן צו זיך שואל עצה זיין ווי אזוי צו באלוינען מרדכי, המן איז דארט געוועהן צו פרעגן רשות צו אויפהענגען מרדכי, אחשורוש פרעגט המן ווי אזוי מען קען באלוינען איינער וואס דארף ווערן באלוינט אן דערמאנן מרדכי'ס נאמען. המן מיינט אז מען רעדט פון איהם, הייבט ער אן צו אויסרעכן א סעריע פון אויסערווענדליכע באלוינעגען: מען זאל אן טוהן פאר יענעם מאן די קעניגליכן קליידער, ארוים רייטן מיטן קעניגליכן פערד ארוים די גאסן פון שטאט דורך א מיניסטאר פון קעניג, און ער זאל אויס רופן: "ככה ייעשה לאיש אשר המלך חפץ ביקרו" - אזוי טוט מען פארן מענטש וואס די קעניג וויל באלוינן. אחשורוש האט ליב המן עצה און באפעלט המן דאס צו טוהן פאר מרדכי, אז ער אליין זאל ארום פירן מרדכי אין די גאסן פון די שטאט. חז"ל דערציילן אונז אז ווען המן האט ארוים געפירט מרדכי האט המן טאכטער געמיינט אז איר טאטע איז אויפן פערד און מרדכי פירט די פערד, האט זי אויסגעגאסן די בית הכסא מיסט אויף דער וואס פירט דער פערד, נאך ווי וואס זי איז באוויסטיג געווארן אז עס איז איר טאטע וואס פירט די פערד, האט זי ארויפ געפאלן פון הויז און געשטראבען. המן איז געגאנגען זיך אפרעדעט צו זיין פאמיליע און צו זיין באדינערס אויף דער דערנידערונג וואס מען האט איהם דערנידערט, האבן זיי איהם געענפערט: "אִם מִזֶּרַע הַיְּהוּדִים מָרְדֳּכַי אֲשֶׁר הַחִלּוֹתָ לִנְפֹּל לְפָנָיו לֹא תוּכַל לוֹ כִּי נָפוֹל תִּפּוֹל לְפָנָיו".

ביטול הגזירה

קוים וואס המן האט זיך געקענט אומקערן אהיים פון דער דערנידערונג האט מען איהם געיאגט צו דער צווייטער סעודה וואס אסתר האט איהם איינגעלאדענט ביים ערשטע סעודה. ביים סעודה פרעגט אחשורוש אסתר צום דריטען מאל וואס איז אירע געבעט און זאגט צו, צו געבן ביז אן האלבע קעניגרייך פאר איר, אסתר בעט אחשורוש צו ראטעווען אירעלעבן און אירע פאלק לעבן. אחשורוש פארשטייט נישט וואס זי וויל און פרעגט זי צו עקלערן אירעווערטער. אסתר אנפלעקט אירע אפשטאם און געוויזן אויף המן: כ"אִישׁ צַר וְאוֹיֵב, הָמָן הָרָע הַזֶּה". אחשורוש שטייט אויף גערעגט און גייט ארויס צום גארטן, המן פרובירט אויס צונוצן די צייט איבערבעטן אסתר און פאלט צו פיס פונעם אסתר בעט פונקט אין די צייט וואס אחשורוש קערט זיך צוריק, וואס מאכט אחשורוש נאך מער אויפגערעגט. פונקט דענמאלטס געפינט זיך חרבונה איינע פון אחשורוש ראטגעבערס, און ווייזט אן פאר אחשורוש המן בוים וואס ער האט צוגעגרייט אויפצוהענגן מרדכי. די קעניג באפעלט אויפן פלאץ צו אויפהענגן המן אויפן זעלבן בוים "על ששלח ידו ביהודים" און נאר נאכדעם איז ער געווארן רוהיג.

די קעניג געט פאר אסתר די הויז פון המן, ווען עס ווערט באוויסט צו איהם די נאנטקייט פון מרדכי צו אסתר, האט די קעניג איהם געגעבו זיין קעניגליכן רינגל אויף די דרייצענטע טאג פון חודש אדר, אויף וואס ביז דענמאלטס איז עס געוועהן ביי המן. אסתר שטעלט מרדכי אלס אויפזעהער אויף המן הויז און בעט אחשורוש צוריק ציען פון די גזירות וואס זענען שוין ארויס געשיקט אינעם פערסישע אימפעריע. אחשורוש ענפערט אז פאר דאס וואס המן האט געוואלט הרג'ענען אלע אידן זאל מען איהם אויפהענגען אויף א בוים. נאר נאך וואס די קעניגליכן באפעהל איז ארויסגעשיקט וואס איז גשריבן און גע'חתמט אינעם נאמען פונעם קעניג, קען מען נישט צוריק ציען פונעם גזירה. אחשורוש שטעלט פאר אז אנשטאט'ס צו מבטל זיין די גזירה קען מען איבער שרייבן די געזעצן פונעם גזירה. און אריין שרייבן אינעם גזירה אז די אידן מעגן זיך באשיצן פונעם פיינט וואס ווילן זיי הרג'ענען. די רשות צו שרייבן וואס זיי ווילן האט אחשורוש געגעבן פאר מרדכי און אסתר צו שרייבן צו די אידן אינעם נאמען, באפעהל און חתימה פונעם קעניג. און אזוי איז געטוהן געווארן, די געזעצן וואס זענען געשריבן געווארן אין דריי און צוואנציג'סטן טאג אין חודש סיון וואס האט גוזר געוועהן צו הרג'ענען אלע אידן אינעם באשטימטע טאג די דרייצענטע פון אדר, מער ווי דריי פערטל יאָר איידער די טאָג פון אויספירן די גזירה, איז נישט מבוטל געווארן. נאר מען האט איבערגעמאכט די געזעצן, עס איז געשריבן געווארן (אבער נישט ארויסגשיקט ביזן דרייצענטע פון אדר) נייע באפעהלען אז די אידן מעגן זיך באשיצן פון זייערע פיינט.

ווען עז איז אנגעקומן די טאג, די דרייצענטע פון אדר, וואס עס איז געוועהן אויסגעשטעלט צו אויספירן די שחיטה אויפן אידישע פאלק, איז ארויס געשיקט געווארן די אנזאג אז די אידן מעגן זיך באשיצן פונעם פיינט. ווען עז איז אנקומען די אנזאג אינעם פערסישע אימפעריע האבן די אידן זיך געפרייערט די נייע אנזאג, דערנאך האבן די אידן זיך צוזאמען גענומען אין אלע לענדער פונעם קעניג אחשורוש, כדי צו נעמען נקמה אין די וואס האבן זיי שלעכט'ס געטוהן. נאך אין יענעם טאג, די דרייצענטע פון אדר, מיטן אנקום פונעם נייע אנזאג, וואס האט איבער געדרייט די מצב, האבן די אידן וואס וואוינען אינעם הויפטשטאט פונעם קעניג און די אידן וואס וואוינען אין שטעט וואס האבו נישט געהאט קיין מויערן, האבן שטארק באזיגט די פיינט. די אידן ווערן געראטעווערט פון אומקום און פייערן די נס פון די נייע קעניגליכן אנזאג וואס ערלויבט זיי צו זיך באשיצן, וואס האט אויך גורם געוועהן אז פילע פון די עמי הארץ האבו זיך אויך באטייליגט אין באשיצן די אידן. די איבעריגע פאלקלייט האבו נישט אנטייל גענומען צו הרג'ענען די אידן, וויל עס איז זיי שרעק באפאלן פונעם אידן, אויף די עצם נס וואס איז געשעהן אז די קעניג האט ארויסגעגעבן די נייע אנזאג אז די אידן מעגן זיך באשיצן. אזוי אויך איז זיי אנגעפאלן א שרעק פון מרדכי הצדיק וואס זיין נאמען איז באוויסט געווארן אלס די נייע ראטגעבער פארן קעניג (עס איז נישט כדי צו זיך קריגן מיט א מענטש מיט אזוי שטעלע אויב דו ווילסט זיין באליבט צום דעם קעניג און זיין הויף מענטשן). - [וואס איז פשט וואס שטייט אין די קלאמערן?]

די מגילה רעכענט נישט אויס די צאל געהרג'עטע אידן אבער דערציילט יא די צאל געהרג'עטע (אין דרייצענטע פון אדר) פונעם שטאט שושן הבירה, וואס איז געווהן פינף הונדערט פיינט פון די אידן, און צו דעם די צען קינדער פון המן. אסתר בעט פון קעניג נאך א טאג צו פארזעצן די מלחמה אין שושן די הויפטשטאט, אינעם טאג (די פערצענטע פון אדר) האט מען אויפגעהאנגען די צען קינגער פון המן וואס מען האט געהרג'עט די נעכטיגע טאג, און מען האט געהרג'עט נאך דריי הונדערט מענטשן אין שושן. טראץ וואס אינעם באפעהל פון קעניג איז עס ערלויבט געווארן פאר די אידן צו נעמען די רויב פון זייערע פיינט, דערציילט די מגילה אז "בביזה לא שלחו את ידם" - די אידן האבן עס נישט גענומען. די מגילה רעכענט אויס אז די אידן האבן געהרג'עט אין די אנדערע שטעט פונעם קעניג (אין די פערצענטע פון אדר) - [אסתר האט נאר געבעטן פאר שושן הבירה?] פינף און זיבעציג טויזנט מענטשן און אויך נישט גענומען קיין רויב.

אזוי ווי עס איז דערציילט געווארן הייבט זיך די מגילה אן מיט פרייד (סעודה) און ענדיגעט זיך מיט פרייד (סעודה). די אידן וואס וואוינען אין די ערי הפרזות (שטאט אן קיין מויערן) פייערן און מאכן א סעודה אין די טאג וואס מען האט גענדיגט די מלחמה[1], וואס איז די פערצענטע פון אדר, און די וואס וואוינען אין שושן וואס דארט האט די מלחמה פארגעזעצט אין פערצנטע פון אדר צוגלייך צו די שטעט וואס האבן א מויער, פייערן און מאכן א סעודה אין די פופצנטע פון אדר. די פייערן רעכט אריין פרייד און א סעודה, משלוח מנות פאר א חבר און מתנות פאר ארעמלייט.

די באשטימען פון דעם יום טוב

די ענדע פונעם מגילה דערציילט די פראצעס און אנהייבונג פון פייערן פורים און די סעודה (אין דעם גייסט פון פערסישע מנהגים) אין דער אידישער געזעלשאפט אין גלות, דורכן ארויסשיקן בריווען צוויי מאל צו די באשטימען די יום טוב צווישן אלע אידן פון די קעניגרייך (כדי צו ארויסווייזן די וויכטיגקייט און חשיבות צו מכבד זיין די יום טוב). די פייערן זענען באשטימט געווארן צו סימבאליזירן די ניצל פון עם ישראל וואס איז נישט אויסגעמעקט געווארן און וועט נישט ווערן אויסגעמעקט ("וְזִכְרָם, לֹא-יָסוּף מִזַּרְעָם") און די "נהפוך הוא" - דער חודש וואס איז געווארן א סימבאל פון טרויער (אויף די גזירה פון פארניכטונגען די אידן); פאר פרייד און יום טוב (אויף די נס פונעם ישועה). דער נאמען פורים איז באשטימט געווארן אויפן נאמען פון די פור (גורל) וואס המן האט געפאלן צו באשטימען דעם דאטום פון אויספירן די גזירה וואס האט באפוילן די פארניכטונג פון די אידן.

די צייט און ארט פון די מגילה

חז"ל זאגן, אז די שרייבער'ס פונעם מגילה זענען געווען די אנשי כנסת הגדולה, וואס האבן באשטימט וועלכע ספרים וואס זענען ארײן אין די תנ"ך און אין וועלכע סדר (בבלי, בבא בתרא ט"ו ע"א). עס איז דא וואס האלטען[2] לויט וואס איז געשריבן אין דער מגילה, אז עס איז געווען געשריבן דורך אסתר אדער מרדכי, אדער ביידע.

איר הייליגקייט און שטעלע צווישן די כתבי קודש

  1. ווען מען רעדט פונעם מלחמה, רעדט מען פון אלע מלחמות, וואס רעכט אריין די אנהייב פון די קאמף, די שחיטה פון די אידן, און דערנאך די באשיצן - די מארד פון די וואס האבן געוואלט הרג'ען די אידן.
  2. אבן עזרא און נאך.