רוי:די סמערפס

פון המכלול
ווערסיע פון 09:56, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

סטאטוען פֿון די סמערפֿס אין א פארק אין טערקיי

די סמערפֿס, די סמורפֿן אדער די שטרומפֿן (פֿראנצויזיש: Les Schtroumpfs, ענגליש: The Smurfs) איז א בעלגישער קאמיקס קאנצעסיע וועגן א פֿיקטיווע קאלאניע פֿון קליינע בלויע מענטש-ענלעכע באַשעפֿענישן וואס וואוינען אין שוועמל-הייזער אין א וואלד. ערשט זענען די סמערפֿס געשאפֿן געווארן אלס א קאמיקס סעריע פֿונעם בעלגישער קינסטלער פּעיאָ (דער פסעוודאנים פֿון פּיער קוליפֿאָר) אין 1958, אין וועלכע זיי זענען גערופֿן Les Schtroumpfs ("די שטרומפֿן"). עס זענען דא העכער א הונדערט סמערפֿס, און זייערע נעמען שפיגלען אָפּ זייערע כאראקטעריסטיקס (אזוי ווי וויצלער-סמערף, וואס האט ליב מאכן קונצן אויף די אנדערע סמערפֿס). סמערפֿין איז געווען די ערשטע נקבה סמערף אין די סעריע. די סמערפֿס טראָגן פֿריגישע קאָלפּאַקעס, וואס זענען געווארן א סימבאל פֿון פֿרייהייט אין די מאדערנע עפאכע.

דאס ווארט smurf איז אריגינעל די האלענדישע איבערזעצונג פֿון דאס פֿראנצויזיש schtroumpf. לויט פּעיאָ איז דאס געווען א ווארט וואס ער האט געמאכט בעת א מאלצייט מיט אַנדרע פֿראַנקין, ווען ער האט פֿארגעסן דאס ווארט פֿאר זאַלץ.

דער "סמערפֿס" קאנצעסיע האט זיך אויסגעברייט צו רעקלאמעס, פֿילמען, טעלעוויזיע סעריעס, ווידעא שפילן, שפילפארקן און ליאלקעס.

כאראקטערן

טאַטע-סמערף איז דער פֿירער פֿון די קהילה. די אנדערע סמערפֿס זענען געהייסן בעיקר נאך זייערע פערזענלעכקייטן, ענלעך מיט דיזני'ס ווערסיע פֿון די זיבן קאַרליקעס (ווי בר-מוח, גיריק, גאווהדיק, פֿויל, לעפיש, וויצלער, פֿארחלומט, כעסיק). אנדערע זענען געהייסן נאך זייערע פאכן (ווי דיכטער, אקטיאר, פֿארמער, מאלער, שניידער, שאַכטיאר, ארכיטעקט, רעפארטער, סטאָליער, שערער און דאקטער). סמערפֿין, די ערשטע נקבה סמערף, איז געשאפֿן געווארן דורך גאַרגאַמעל צו ציען די אנדערע סמערפֿס. דערנאך האט טאַטע-סמערף פֿאַרוואנדלט זי אין איר איצטיקע פֿארעם. צווישן די מער נייע כאראקטערן פֿון אנדערע זגאַלן זענען די סמערפֿס' שונאים - דער מכשף גאַרגאַמעל, זיין קאָטער אַזראַעל, האָגאַטאַ די העסלעכע מכשפֿה און גאַרגאַמעל'ס קוואַטער בעלשאַצאַר - און זייערע פֿריינט דאס יינגל יאָהאַן און זיין יונגער פֿריינד פּיואיט און דער גוטער מכשף האָמניבוס.

שפראך

די סמערפֿס האבן א באזונדערער דיאלעקט וואס נוצט דאס אומבאשרייבלעך ווארט "סמערף" און אירע דעריוואטן אין פֿארשידענע וועגן אלס באדייטן אָן א סוף. זיי אפֿט פֿארבייטן נארמאלע סובסטאנטיוון און ווערבן מיט דאס ווארט "סמערף": "היינט גייען מיר סמערפֿן אויפן סמערף טייך". אלס א ווערב טייטש דאס ווארט "סמערף" געוויינטלעך "צו מאכן", "צו זיין" אדער "צו טאן".

אין די אנימירטע סעריע פֿארבייטן זיי נאר עטלעכע ווערטער (אדער טיילן פֿון זיי) מיט "סמערף". דער קאנטעקסט געבט צו פֿארשטיין דער דאזיקער מאדנער דיאלעקט, אבער דער גאנגבארער וואקאבולאר שליסט איין זאגן אז עפעס איז "סמערפֿיש" אדער א מאל "סמערפֿטאַסטיש".

אין Schtroumpf vert et vert Schtroumpf ("סמערף קעגן סמערף"; פובליצירט אין בעלגיע אין 1972) איז עס אנטדעקט געווארן אז דאס סמערף-דאָרף איז צעטיילט צווישן צפֿון און דרום, און אז די סמערפֿס וואס וואוינען אין יעדע זייט האבן אנדערע מיינונגען וועגן דאס באנוץ פֿונעם טערמין "סמערף": צום ביישפיל, די דרומדיקע סמערפֿס רופֿן א געוויסן אביעקט א "פֿלאַש סמערפֿער", און די צפֿונדיקע סמערפֿס רופֿן אים א "סמערף עפֿענער". דער מעשה ווערט באדאכט אלס א פאראדיע אויף דער "שפראך מלחמה" צווישן די פֿראנצויזיש און האלענדיש-רעדנדיקע קהילות אין בעלגיע.

וועבלינקען