רוי:דזשאן מעידזשער
פארטיי | קאנסערוואטיוו |
---|---|
|
סיר דזשאן מיידזשער (ענגליש: John Major; געבוירן 29סטן מערץ 1943) KG CH איז א בריטישער פאליטיקער וועלכער איז געווען פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און פירער פון דער קאנסערוואטיוו פארטיי פון נאוועמבער 1990 ביז מאי 1997. ער איז געווען אויך אַ מיטגליד פון דעם קאַבינעט פון מאַרגאַרעט טאַטשער ווי הויפט סעקרעטאַר צו דער קאנצעלעריי (1987-1989), אויסערן סעקרעטאַר (1989) און קאנצעלאר פונעם אוצר (1989-1990).
פערזענלעך לעבן
מיידזשער האט געהייראט נאָרמאַ זשאנסאן (איצט דאַמע נאָרמאַ מיידזשער, DBE ) אום 3טן אקטאבער 1970. זי איז געווען אַ לערערין און אַ מיטגליד פון די יונגע קאָנסערוואַטיוון. זיי זענען פאַרלויבט געווארן נאָך בלויז צען טעג. זיי האבן צוויי קינדער; א זון, דזשיימס, און א טאכטער, עליזאבעט. זיי האָבן אַ וואקאציע היים אויף דעם בארטן פון צפון נאָרפאָלק, לעבן ווייבורן.
רעפערענצן
פריערדיגער: ערשטער |
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך 1990 - 1997 |
נאָכפאלגער: טאני בלער |
מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פונעם פאראייניקטן קעניגרייך