רוי:דורכשניט

פון המכלול
ווערסיע פון 02:17, 12 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 1 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q202785 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אין מאטעמאטיק, איז דער דורכשניט פון א סכום פון נומערן א מאס פון דער "מיטל" ווערט פונעם סכום.

א דורכשניט איז איין נומער וואס איז א טיפישער ווערט פון די אלע נומערן. ווען אלע נומערן זענען גלייך, איז אט דער נומער דער דורכשניט. אנדערש דארף מען רעכענען דורכשניט פון אלע נומערן אין א ספעציפישן אופן.

ס'איז פאראן עטלעכע באשרייבנדיקע סטאטיסטיק וואס מעסטן די מיטל ווערט פון די נומערן. למשל, אריטמעטישער דורכשניט, מעדיאן, מאדע, געאמעטרישער דורכשניט און הארמאנישער דורכשניט.

אַריטמעטישער דורכשניט

דער אַריטמעטישער דורכשניט איז דער מערסטער פֿאַרשפּרײטער דורכשניט, אָפֿט מאָל רופֿט מען אים בלױז "דער דורכשניט". זײַן פֿאָרמולע איז װי פֿאָלגנדיק: