רוי:דאן ריקלס

פון המכלול
ווערסיע פון 07:18, 29 מערץ 2019 דורך 2600:8800:3980:2550:e9a2:9675:eb42:ba48 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

דאַן ריקלס (ענגליש: Don Rickles; ‏8טן מיי 1926 - 6טן אפריל 2017) איז געווען א אמעריקאנער יודישער אקטיאר און קאמיקער, באוואוסט מיט זיין טשעפּענדן סטיל קאמעדיע, אויך באוואוסט מיט זיין שפּאָטישן צונאָמען מיסטער וואַרעמקייט.

קאריערע

ער איז געווען גאר פאפולער שוין אין די אנהייב פון טעלעוויזיע שפעט ביינאכט שויס, נאך מיט דזשאני קארסאן און אנדערע גרויסע שטערן. ער איז געווען באפריינדעט מיט אסאך גרויסע שטערנס, ספעציעל מיט פרענק סינאטשרע פון וועמען ער רעדט אסאך און מאכט כסדר חוזק.

די הויכפונקט פון זיין קאריערע איז געווען זיין אויפטריט ביי א פֿארזאַמלונג פון די רעפובליקאנער פארטיי לכבוד פרעזידענט רעיגן, וואס ער האט באקומען א דאנק דער אינטערווענץ פון פֿרענק סינאטרע.

שוין פֿופֿציג יאהר וואס ער טרעט יערליך אויף אין לאס וועגאס.

ביאגראפיע

ריקלס איז געבוירן און אויפגעוואקסן אין קווינס צו יודישע עלטערן וואס האבן אימיגרירט פון אייראפע.

ער האט געדיענט אין די אמעריקאנער מיליטער ביי דער צווייטער וועלט קריג פאר צוויי יאהר.

ער האט געהייראט בארבארא סקלאר אום י אדר ב תשכ"ה, און האט געהאט מיט איהר א טאכטער מינדי און א זון לערי ביידע ארבעטן אין שוי ביזנעס.

פילמאגראפיע

אויסצייכענונגען

ביכער

  • א מעמואר בוך געשריבן דורך עהם ארויסגעגעהבן אין יאהר 2007
  • ריקלס בריוון, 2008

וועבלינקען