רוי:בריסל ראיאן

פון המכלול
ווערסיע פון 08:21, 4 אפריל 2013 דורך 82.28.147.50 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בריסל ראיאן (פראַנצויזיש: Région de Bruxelles-Capitale; האלענדיש: Brussels Hoofdstedelijk Gewest) איז דער גרעסטער שטאטישער שטח פון בעלגיע, און ווערט פאררעכנט פאקטיש די הויפטשטאט פונעם אייראפעישן פארבאנד. בריסל ראיאן ווערט צוזאמען געשטעלט פון 19 מוניציפאליטעטן, איינער פון זיי די שטאט בריסל. דער ראיאן האט א באפעלקערונג פון 10.8 מיליאן, די גרעסטע אין גאנץ בעלגיע. בריסל באדעקט א שטח פון 161.38 קוואדראט ק"מ.

זייטן סוף פון דער צווייטער וועלט מלחמה איז בריסל געווארן א צענטער פאר אינטערנאציאנאלן פאליטיק. נאט"א איז הויפטקווארטירט אין בריסל, ווי אויך די פרינציפעלע אינסטיטוציעס פונעם אייראפעישן פארבאנד.

היסטאריש איז בריסל געווען א האלענדיש רעדנדן שטאט, אבער אין די 19טן און 20טן יארהונדערטער זענען אריינגעצויגן פראנצויזיש רעדנער ביז היינט רעדן רוב איינוואוינער פראנצויזיש. מוסטער:אייראפע-געא-שטומף