רוי:רבי ברוך ראבינאוויטש

פון המכלול
ווערסיע פון 09:52, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מונקאטשער רבי
רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש
Boruch Rabinowicz 019.jpg
געבורט שעדליץ, פוילן
פטירה פתח תקוה, ישראל
ספרים "בינת נבונים", "דברי נבונים"

רבי ברוך יהושע ירחמיאל ראבינאוויטש (ו' תשרי ה'תרע"ה, שעדליץ, פוילן - כ"ז כסלו ה'תשנ"ח, פתח תקוה, ארץ ישראל) איז געווען דער מונקאטשער רב אין די יארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה.

ביאגראפיע

איז געווען א זון פון דעם פארצעווער רבי'ן, הרה"ק רבי נתן דוד ראבינאוויטש, און הרבנית יוטא שפירא, א טאכטער פון הרה"ק רבי משה לייב זצ"ל פון סטריזעוו. ער איז געווארן אן איידעם ביי הרה"ק רבי חיים אלעזר שפירא זצ"ל ממונקאטש בעל מנחת אלעזר.

ער האט איבערגענומען דאס רבנות און די רביסטיווע אין מונקאטש נאך דער פטירה פון זיין שווער אין יאר ה'תרצ"ז.

אויך ער האט ער איבערגענומען די ישיבה דרכי תשובה וואס ער האט געפירט מיט גרויס פקחות, און מיט א ספעציעלע אהבה צו אלע תלמידים באזונדער, וואס די צאל תלמידים האט געשטיגן איבער 300.

ביי די מלחמה יארן האט ער ארויסגעהאלפן טויזענטער אידן זיך צו ראטעווען פונעם קריג, וואס געדענקען אים צום גוטן.

אין תש"ז האט ער חתונה געהאט מיט זיין זיווג שני, און איז אריבער קיין בראזיל, וואו ער איז געווארן רב פון סאו פאולא און הויפט־רב פון בראזיל.

אין תשכ"ג האט מען אים באשטימט הויפט־רב פון חולון, ישראל.

ער איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל בליל כ"ז כסלו ה'תשנ"ט נאכ'ן צינדן חנוכה ליכט און שרייבן זיין לעצטע שטיקל תורה וואס ענדיגט זיך מיט די ווערטער, "ושבת עד ה' אלוקיך". ער ליגט אין די בית החיים סגולה אין פתח תקוה לעבן דעם ציון פון זיין פאטער, דער פארציווער רבי זצ"ל.

א חלק פון זיינע תורה'ס זענען געדרוקט געווארן אין די ספרים בינת נבונים און דברי נבונים. ווי אויך איז ארויסגעקומען פון זיינע חידושים דאס ספר חשב נבונים.

משפחה

די קינדער פון רבי ברוך און זיין זיווג ראשון, הרבנית חיה פרומא רבקה, זענען:

די קינדער פון רבי ברוך און זיין זיווג שני, הרבנית יהודית, זענען:

  • הרב מאיר בצלאל יאיר ראבינאוויטש
  • מרת רחל לביאה גרויסמאן, ווייב פון הרב חיים גרויסמאן.

רעפערענצן

  1. אברהם בערגער, ‏[1], אויף JDN(העברעאיש)