רוי:רבי בצלאל יהושע מאשקאוויטש
רבי בצלאל יהושע מאשקאוויטש זצ"ל (ה'ת"ר - ה' תמוז ה'תרע"ה), רבי אין גלינע
אפשטאם
רבי בצלאל יהושע איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב יחיאל מיכל מאשקאוויטש רב אין גלינע, פארפאסער פון ספר קב ונקי, א זון פון הרב משה פון סאטינאוו, א זון פון הרב חיים פון סאטינאוו, א זון פון הרב יוסף פון יאמפאלא, א זון פון הרב יחיאל מיכל דער מגיד פון זלאטשוב. און צו זיין מוטער מרת פרומיט רעכלי א טאכטער פון הרב מאיר פון פרעמישלאן, א זון פון הרב אהרן לייב פון פרעמישלאן א זון פון הרב מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן.
רבנות
אין זיינע יונגע יארן איז רבי בצלאל יהושע געפארן קיין סאדיגורא און אויך צו די אנדערע רוזשינער קינדער פון טשארטקאוו און הוסיאטין. נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרכ"ז איז רבי בצלאל יהושע געווארן רבי אין גלינע אויף זיין פאטער'ס ארט. רבי בצלאל יהושע האט געפירט זיין רביסטעווע אויף א ברייטן פארנעם אויף דעם שטייגער פון די רוזשינער קינדער.
הסתלקות
רבי בצלאל יהושע איז נפטר געווארן ה' תמוז ה'תרע"ה, זאגנדיג די ווערטער "אור זרוע לצדיק" ביי קבלת שבת.
פאמיליע
רבי בצלאל יהושע האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס שוואגער) הרב אברהם חיים רעדליך פון מיקולייב. זייערע קינדער:
- מרת שלומצי, די ווייב פון הרב ישראל דוד, פון אוסטילה
בזיווג שני האט רבי בצלאל יהושע געהייראט מרת גיטשא די יונגסטע טאכטער פון צאנזער רב, הרב חיים האלבערשטאם. זייערע קינדער:
- הרב חיים מאשקאוויטש (ה'תרמ"ח (אומגעפער) - ה'תרפ"א), ממלא מקום פון פאטער, רבי אין גלינע. ער האט געהייראט מרת אדל א טאכטער פון זיין פעטער (זיין מוטער'ס ברודער) הרב שלום אליעזר האלבערשטאם פון ראטצפערט.
- מרת רעכיל, די ווייב פון הרב יצחק צבי אפרתי, פון גלינע.
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר