רוי:האס
האַס (שינאה אדער פיינטשאַפט) איז א געפיל פון גאר שטארקע עקל און גרויל וואס א מענטש טראגט זיך ארום אויף אן אנדערן מענטש, זאך, פאנאראמע, באגריף.
דאס איז דאס פארקערטסטער עמאציע פון ליבע.
דאס קען זיין באזירט אויף פחד אדער קנאות.
אידישקייט
ביי אידן איז א מחלוקת הפוסקים צו דאס איז א געבענטשער געפיל אדער מידה וואס מען דארף ארבייטען דאס צו באקומען, אדער א געפיל צו א מידה וואס מען דארף אנטלויפן און ארבייטען ארויסרייסן.
ביי די ליטווישע און קנאותדיגע קרייזן האט מען דאס געהאמערט אז מען דארף דאס איינווארצעלן ווייל אני ה' שונא זימה און נאך אזאלעכע פסוקים און פראזן וואס די תורה איז פיל מיט זיי אז דאס איז גאר א מידה פון הקב"ה, און מיר האבן א פליכט און מצווה זיך צו באהעפטן מיט די מידות פון הקב"ה, און דאס איז אונזער גאנצער תפקיד און ציל אויף די וועלט.
אבער ביי חסידים און בעלי תשובה און מזרחי קרייזן האט מען גאזאגט אז די שנאה מוז בלויז זיין אויף דעם קאנצעפט און נישט חלילה אויף א מענטש כאטשיג גאט האט אויך פיינט די מענטשן אבער מיר מוזן זיך ארויסווארצעלען דאס אלס מידה, ווייל בלויז מלאכים אדע צדיקים אדער גאט אליינס קען דאס האבן אין זיך אן צו פארדארבן דעם זעיל אבער א פשוטער מענטש אויב האט ער דאס אלס מידה לויט זיי פארדארבט דאס זיין גאנצער מהות.
שונא
שונא אדער שונאים ווערן אנגערופן א מענטש אדער א גרופע וועלכע זענען אין אפאזיציע און האבן פיינט זייער אייגן אדער אן אנדער געוויסן פירער, אדער זיי האבן פיינט סתם א זאך, מענטש אדער גרופע מענטשן אדער א גאנץ פאלק. אין א מלחמה איז די קעגנארטיקע לאנד און מיליטער דער שונא איינער פארן אנדערן.
פיינט זענען די פארקערטע פון פריינט.
דער סיבה צום שנאה קען זיין פילפאכיג אבער ביי פאליטיק פעלט זיך נישט אויס עפעס ערענסט און עס קען זיך שאפן א שנאה סתם אזוי ווייל יענער געהער צו די אנדער פארטיי.
זעט אויך
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!