רוי:אדא

פון המכלול
ווערסיע פון 14:40, 8 יאנואר 2023 דורך בוט העברות (שמועס | ביישטייערונגען) (בוט העברות האט באוועגט בלאט אדא צו רוי:אדא אן לאזן א ווייטערפירונג: סינון)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אַדאַ
Ада
Ada-grb.png
Az adai zsinagóga képeslapon.jpg
די שול אין אדא (1900)
מדינה / טעריטאָריע Flag of Serbia.svg סערביע
קאָאָרדינאַטן 45°48′N 20°08′E / 45.800°N 20.133°E / 45.800; 20.133 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט
ראַיאָן וואויוואדינע
בירגערמייסטער זאלטאן ביליצקי
שטח 90.9 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקייט

9,564‏  (שטייענדיג 2011)
119 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאָנע UTC+1
http://www.ada.org.rs

אַדאַ (סערביש: Ада, Ada; אונגאריש: Ada) איז א שטעטל אין וואויוואדינע פראווינץ, סערביע, נאענט צום טיסא טייך, 11 ק"מ צפון פון פעטראוואסעלע, און 16 ק"מ דרום פון זענטא. דאס שטעטל האט א באפעלקערונג פון 10,546, 77% פון זיי אונגארישע.

די ייִדישע קהילה פון אַדאַ איז געגרינדעט געווארן אין 1790. אין 1869, די קהילה האָט געגרינדעט אַ שול אין צענטרום פון שטאט. יידען האבן געהאט פילע גרויס פירמע אין אדא, צום ביישפיל דער מיל פון דער מילנער הובערט. אין תרפ"א האבן געוואוינט דארטן 371 אידן.[1] אין די יארן פארן קריג איז דארטן געווען רב הרב יעקב (היילברוין) בעמח"ס שו"ת מגילת סדרים, זון פון אמאליגן זענטער רב הרב יצחק היילברוין (היילפרין), ער איז אומגעקומען ווען עס איז געווען דארטן אומרוען אין שנת תר"ט (לערך א הונדערט זעכציג יאר צוריק) און עס איז איבערגעבליבן פון אים שיינע דורות צווישן זיי די באקאנטע משפחת היילברוין.

אין די יארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געווען רבי חיים הערש פרידמאן דער שוחט אין אַדאַ. ר' חיים הערש פרידמאן איז געהרגעט געווארן דורך די נאציס, קורץ פאר די מלחמה האט זיך געענדיגט.[2]

רעפערענצן

  1. "אדא", אויף "JewishGen" (ענגליש)
  2. עס זענען פיר עדות-בלעטער וועגן ר' חיים הערש פרידמאן אויף דעם וועבזייטל פון "יד ושם", "המאגר המרכזי של שמות קרבנות השואה": חנה ויזל, אסתר אוביץ, בערטא ראזנבערג, דינה פערל.

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!