רוי:וויטעבסק

פון המכלול
ווערסיע פון 10:20, 3 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פאַרשיידענע" ב־"פאַרשידענע")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

וויטעבסק (ווייסרוסיש: Вiцебск ;רוסיש: Витебск) איז אַ שטאָט אויף די ברעגן פון מערב-דווינע אינעם צפון-מזרחדיקן טייל פון ווייסרוסלאַנד. צום ערשטן מאָל איז זי דערמאָנט געוואָרן אין די היסטאָרישע דאָקומענטן אין 1021, אָבער איר אָפיציעל גרינדונגס-יאָר איז 974.

במשך פון עטלעכע יאָרהונדערטער איז וויטעבסק געווען די הויפּטשטאָט פון אַ פּראָווינץ מיט אַ היפּשער צאָל ייִדישע תּושבים. ביים סוף 19טן י"ה, דאָס רוב איינוואוינער פון אָט דער שטאָט ווי אויך פון אַ סך אַרומיקע שטעטלעך זענען געווען ייִדן (אין וויטעבסק גופא - אַן ערך 52% אין 1897).

וויטעבסק האָט געשפּילט אַ בכבודיקע ראָליע אין דער געשיכטע און קולטור פון מזרח-אייראָפּעיִשן אידנטום. אין פאַרשידענע צייט-אָפּשניטן, איז זי געווען דער אָרט פון געבורט אָדער וואוינונג פון אַזעלכע פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן ווי רבי מנחם מענדל וויטעבסקער, באַראָן יוסף גינצבורג, יהודה פּען, מאַרק שאַגאַל, על ליסיצקי, אָסיפּ צאַדקין, ש. אַנ-סקי, חיים זשיטלאָווסקי, שלמה יודאָווין, לעאָן קאָברין, איסר הראל און אַזוי ווייטער.

זינט 1992, עס אַרבעט אין וויטעבסק דער מוזעאום פון מאַרק שאַגאַל, וועלכער געפינט זיך אין דעם קינסטלערס געוועזענעם הויז אויף דער פּאָקראָווער גאַס.

אַלע יאָר, אין חודש יולי, עס ווערט דורכגעפירט אין שטאָט דער אינטערנאַציאָנאַלער קונסט-פעסטיוואַל "דער סלאַווישער באַזאַר".

יהודה פּען: אַ גאַס אין וויטעבסק

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!