רוי:אינטערנעט

פון המכלול
ווערסיע פון 01:23, 2 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "וויכטיק" ב־"וויכטיג")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מאפע פון אלע סערווערס וואס זענען די רוקן-ביין פון אינטערנעט.

די אינטערנעץ איז אַ גלאבאלע סיסטעם פון פארבונדענע קאמפיוטער נעצווערק, וואס אנטהאלט ביליאָנען קאָמפּיוטערס צונויפגעבונדן אין אַ גרויסער נעץ. דאָס דערלויבט א קעגנזייטיגן אינפאָרמאַציע-פלוס פון-און-צו אלע אנגעשלאסענע קאָמפּיוטערס. די אינטערנעץ שליסט איין מיליאנען פריוואטע, פובליק, אקאדעמישע, ביזנעס און רעגירונג נעצווערק.

די אינטערנעץ שטיצט א רייע סערוויסן, צווישן זיי די World Wide Web און דעם אינפראסטרוקטור פאר אימעיל.

די אינטערנעץ איז געשאפן געווארן אקטאבער 1969 אין אמעריקע. אין 1989 האט טים בערנערס-לי געשאפן די אלוועלטליכע וועב.

היינט ווערן די טראדיציאנעלע קאמוניקאציע מעדיע, ווי למשל טעלעפאן, מוזיק, פילם און טעלעוויזיע איבערגעארבעט דורך דער אינטערנעץ. אויך דאס פארעפנטלעכן פון צייטונגען, ביכער און אנדערע געדרוקטע זאכן ווערט צוגעפאסט צו וועבזייטל טעכנאלאגיע, ווי אויך די נייע מאדעס פון בלאגן און וועבפידן.

מלוכה פון דער אינטערנעץ

די אינטערנעץ דערמעגליכט אלעמען צוטריט צו א ים פון אינפארמאציע אויף אלערליי טעמעס.

די אינטערנעץ דערלויבט אויך מענטשן זיך אויסצושפרעכן אנאנים. דאס ברענגט אז מ'זאל זיך קענען ארויסהייבן פון די געווענטליכע סאציאלע באגרעניצונגען און מאכן פארשריט דורך פרייען טראכטן.[1]

מיט די צייט האט זיך די אינטערנעץ אנטוויקלט ווי רוב זאכן אין די וועלט, א ביישפיל איז די סאציאלע מידיע ווי פעיסבוק און אינסטאגראם און מענטשן האבן אנגעהויבן נוצן די פלאטפארמעס אלס א מיטל פון זיך ארויסגעבן אויף פארשידנארטיגע אופנים און ווי אויך איז דאס געווארן גאר געאייגנט פאר ביזנעסער.

דער אלוועלטליכע וועב איז א וויכטיגער אפטייל פון דער אינטערנעץ וואס באדינט דאקומענטן און אנדערע רעסורסן דורך זייער URL.

באדינונגען אויף דער אינטערנעץ

מען ניצט די אינטערנעץ פאר אסאך זאכן, ווי למשל עלעקטראנישע פאסט, אנליין שמועסן, דער וועלטס־געוועב (כולל וואלקן קאמפיוטעריי) און טעקע טראנספערן.

די מערסט באניצטע באדינונג אויף דער אינטערנעץ איז דער World Wide Web (אפט גערופן סתם דער "וועב"). דער "וועב" אנטהאלט וועבזייטלעך, בלאגן, און אויך וויקיס - איינשליסנדיק וויקיפעדיע. יעדער איינער קען זען בלעטער אויפן וועב (אחוץ ווען דער בלאט פאדערט א פעסווארד).

דער צווייטער הויפט באניץ פון דער אינטערנעץ איז שיקן און באקומען ע־פאסט. ע־פאסט שיקט מען פריוואט פון איין באניצער צו א צווייטן. תיכפדיקע מעלדונגען איז ענלעך צו ע־פאסט, אבער עס פאדערט אז ביידע פארטייען זאלן זיין אנליין צוזאמען, און לאזט מער ווי צוויי מענטשן אטייל נעמען.

איסור און קריטיק אויף דער אינטערנעץ

טעקע:Poster against internet.jpg
קאריקטור פארשפרייט אין אידישע גאסן קעגן דער אינטערנעץ איבער איר סכנה צו א פרומען חינוך

אידישקייט

א סך יִידישע רבנים האָבן ארויסגעגעבן אן איסור אויפן אינטערנעץ ווייל דאס קען ברענגען צו הארבע עבירות. דאס שאפט א פראָבלעם ווייל אין דער היינטיגער וועלט מוזן רוב ביזנעסער האָבן אינטערנעץ. דערפאַר פארלייגט זיך דער איסור בעיקר אויף האבן אינטערנעץ-צוטריט אינדערהיים, און שטרייכט אונטער אז אין ביזנעס זאל מען האבן נאר כשר אינטערנעץ, וואס זיפט דורך די אינפאָרמאציע און באגרעניצט צוטריט בלויז צו "ריינע" זייטן.

עס אייז היינט פאראן פארשידענע אינטער נעץ פילטערס פון סיי פרומע, אידישע, און אויך נישט אידישע פירמעס און קהלות פאר געלט אדער פריי פון אפצאל.

אום ערב ר"ח סיוון תשע"ב, איז פארגעקומען די צענטראלע כינוס כלל ישראל אויפן ציל אפצוראטעווען די קומענדיגע דורות, און זיך לערנען די וועג וויאזוי זיך אומצוגיין מיט די פראבלעמען פון די אינטערנעט, וואס דרינגט אריין אינעם טאג טעגליכע לעבן, און טוהט היבש צעטרייסלען דאס יוגענד אויף אומגעוואונטשענע רעזולטאטן.

סתם פראבלעמען

אפיקורסות

אז דאס פרייע פליסן פון אינפאָרמאציע קען ברענגען אומגעוואונטשענע רעזולטאטן, דורך ליינען שאלות אויף אמונה, און נישט זעהן דעם ענטפער תיכף ומיד.

אדיקציע קראנקייט

אינטערנעץ אדיקציע איז אן אפהענגיקייט וואו מען פארברענגט שעות אויף דעם אינטערנעץ. מען פיטערט די אבסעסיע און קאמפאלסיוונעס נאכאנאנד שטערקער און שטערקער, מען ווערט אריינגעדרייט מיט אימפעט און טעמפא אן קיין אפשטעל, ביינאכט און בייטאג, מען פארלירט רואיגקייט און פריוואטקייט, סאיז נישט מער פארהאן קיין מחשבה און דורכטראכטונג, עס אינוואדירט יעדע סעקונדע פון לעבן, דאס פארהארגעט שלום בית און פארנאכלעסיגט פליכטן פון א טאטע אין שטוב, אדער ארבייטארער אין ביזנעס וואס טוט נישט געהעריג זיין זשאב און זייט אן פראבלעמען פון ליגענט און פאלטשקייט וואס מען ווערט נאכדעם געפייערט פון די זשאב, און מען פארלירט די פרנסה.

ביטול זמן ייאוש

רוב צייט וואס מען פארברענגט אויפן אינטערנעט איז געימס, נייעס, טשעט, און אזוי ווייטער זאכן וואס טוען גארנישט אויף און מען פילט זיך דערנאך זייער ביטער און דעפרעסט פארן גארנישט אויפטאן מיט די צייט.

לשון הרע, פאליטיק און מחלוקת

די שמועס גרופעס ווי הייד פארק און סתם טשעט און אימעיל קאנסווארסעישאן'ס מאכט דעם מענטש אז ער מוז האבן די לעצטע ווארט, ווייל מיט א דרוק פון א קנעפל קען מען דאך בלייבן גערעכט. דער מענטש ווערט איינגעוואונט אז ער מוז האבן א מיינונג, אפילו סתם אזוי וואלט אים נישט אנגעגאנגען דער גאנצער ענין אבער אז ער וועט אריינגעדרייט דערין ווערט ער א גאנצער מבין און בעל שיטות אויף יעדע זאך. אויך לשון הרע דורך טשעט און סתם די אינטימע קאמיוניקאציע איז גורם דורכפאלן מיט לשון הרע מער אין ווירטואלען לעבן מער ווי אין נארמאלן לעבן.

פארשקלאפט דעם מענטש צו זיינע תאוות (ווי נייגער)

90 פראצענט פון אלע זוכונגען אויף אינטערנעט סוירוטש ענזשין'ס ווי גוגל און יאהו זענען אומאיידעלע ווערטער. אויך איז די מערסטע באזוכטע סייטס אזאלכע ברעיקינג נייעס ווי דראדזש רעפארט און סי.ען.ען. וואס טוישט זיך כסדר אויף די סעקונדע וואס ס'געשענט. דאס אינטערנעט זאגט פארן מענטש דו ביסט נישט בעל הבית, די נייעס און די תאוות געוועלטיגן איבער דיר. און די סטאטיסטיקס פון אינטערנעט סייטס ווייזן דאס אלס פאקט.

סאציאל אפגעזונדערט מדות בין אדם לחבירו ווערן קארופטירט

א מענטש מוז קענען רעדן מיט מענטשן, דאגה בלב איש ישיחנה, און סתם איבערשמועסן א גוט ווארט וואס פאלט איין אמאל. דער אינטערנעט איזאלירט אייך סאציאל, אז איר האט נישט די אלע קריטישע בענעפיטען פון חברה וחברים.

זינט אלעס איז אימעיל קאמיוניקאציע וואס דער מענטש ווערט א אי=מענטש אנשטאט א פנים הארץ און אזוי ווייטער. פארגעסט מען וויאזוי מען דארף זיך אויפירן צו א לעבעדיגן מענטש.

געזונט

  1. די אויגן ווערן שוואך פון קוקן צופיל אין ליכטיגקייט פון קאמפיוטער עקראן.
  2. די פינגער ווערן אפגעשוואכט פון טייפן אזויפיל.
  3. די גאנצער גוף ווערט אפגעשוואכט פון זיצן צופיל אויפן חשבון פון איבונגען.


מעלות פון אינטערנעץ

דערקעגן איז דא פיל מער מעלות פון דער אינטערנעץ, און דאס דארף ווערן אויסגעארבייט וויאזוי זיך צו פירן, די אלע זאכן וואס זענען חסרונות איז פונקט אזוי ווי אלע מאדערענע ערפינדונגען וואס אין אנפאנג איז זי געווען א שטער און שטרויכעלונג, ווי צום ביישפיל אן אויטאמאביל ווי מען קען גרינגער אנקומען צו תאוות און אפיקורסות. אדער א פענע וואס מקען זיך גרינגער שרייבן מיט אנדערע.

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!