רוי:פראנאם

פון המכלול
ווערסיע פון 22:22, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "אונדז" ב־"אונז")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

אַ פּראָנאָם איז אַ וואָרט וואָס מען ניצט במקום אַ סובסטאַנטיוו. מען ניצט אַ פראָנאָם למשל פאַר אַן אָביעקט וואָס מען האָט שוין דערמאָנט פריער. דהייַנו: "נעכטן האָב איך געזען משה. ער איז אַריבערגעגאַנגען די גאַס."


פּראָנאָמען אין כּלל־ייִדיש

נאָמינאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער איך מיר
צווייטער דו איר
דריטער ער/זי/עס  זיי


אַקוזאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער מיך אונז
צווייטער דיך אייַך
דריטער אים/זי/עס  זיי


דאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער מיר אונז
צווייטער דיר אייַך
דריטער אים/איר/--  זיי

נאך א פרעפאזיציע ניצט מען געווענליך די דאטיווע פארעם.

הערות

  1. דער פּראָנאָם פון צווייטן פּערזאָן איינצאָל ניצט מען נאָר צו קינדער און גוטע פרייַנט. ווען מען רעדט מער פאָרמאַל ניצט מען אַלעמאָל די מערצאָליקע פאָרם אפילו רעדנדיק צו אייַן מענטש.
  2. אויף ליטווישער ייִדיש ניצט מען די דאַטיווע פאָרמען אפילו ווען דער זאַץ פאָדערט אַן אַקוזאַטיוו.[1]
  3. 'עס' האָט קיין דאטיווע פאָרעם[1].


רעפערענצן

  1. 1.0 1.1 דוד כ"ץ, גראמאטיק פון דער יידישער שפראך, בלאט 105 (ענגליש)

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!