רוי:ווידזש

פון המכלול
ווערסיע פון 21:01, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "פערזענלעכ" ב־"פערזענליכ")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ווידזש (אדער ווידז בעלאַרוסיש: Відзы, פּויליש: Widze, רוסיש: Видзы) איז א שטעטל אין וויטעבסקער ראיאן, בעלארוס, נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט ליטע און לעטלאנד. ווידזש געפינט זיך 55 ק"מ דרום פון דינאבורג, לעטלאנד, און 48 ק"מ מזרח פון שווענציאן, ליטע.

היסטאריע

נאכן צעטיילן פון פוילן, איז ווידזש געווען אין קאוונער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע ביז דער ערשטער וועלט מלחמה. נאך דעם איז ווידזש געווען אין ווילנער גובערניע, פוילן ביזן צווייטן וועלט קריג. ווען די רוסן זענען אריין אין 1941, האבן זיי געגעבן ווידזש צו ליטע. נאכן קריג איז ווידזש געווען אינעם סאוועטן פארבאנד.

יידישע היסטאריע

אין 1900 האבן געוואוינט אין ווידזש 4348 אידן.[1] פון תרע"א ביז תרע"ה איז רב יוסף שלמה כהנעמאן געווען דער שטאטס רב.

פערזענליכקייטן פון ווידזש

הרב יוסף שלמה כהנעמאן (פאנאוועזשער רב) איז געווען רב אין ווידזש

וועבלינקען

רעפערענצן

55°23′39″N 26°38′08″E / 55.39417°N 26.63556°E / 55.39417; 26.63556 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!