רוי:גלות נאציאנאליזם

פון המכלול
ווערסיע פון 17:32, 1 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "ײ" ב־"יי")
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

דער גלות־נאַציאָנאַליזם איז אַ פּאָליטישע און פילאָסאָפישע אידיִאָלאָגיע אױסגעטראַכט פון נתן בירנבױם אינעם אָנהייב פונעם 20סטן יאָרהונדערט. עס האַלט אַז אידן דאַרפן ניט קיין לאַנד אָדער מדינה צו האָבן אַ נאַציאָנאַלע עקסיסטענץ. דערצו זענען אידן שױן אַ פאָלק פון פאַרשיידענע רייכע עדות/נאַציעס אינעם גלות. דער גלות־נאַציאָנאַליזם האַלט אַז אידן דאַרפן נאָר אָנערקענונג און האַלבאױטאָנאָמיע, צו שאַפן אַ געזונטע נאַציאָנאַלע קולטור אין גלות. אין אַ געוויסן זין איז דאָס טאַקע ניט קיין "נאַציאָנאַליזם".

בירנבױמס מאָטאָ איז געװען "ישׂראל גייט פאַר ציון". ד"ה אידן און זייערע קולטורן אין גלות זענען װיכטיקער װי אַ בענקשאַפט נאָך דעם װאָס איז נאָך נישטאָ.

פאַר דער צװייטער וועלט־מלחמה האָבן מער װי 75% פון דער וועלטס אידן געהערט צו דער ייִדיש־רעדנדיקער עדה. בירנבױם און אַנדערע גלות־נאַציאָנאַליסטן האָבן געמיינט אַז אַ אינטערנאַציאָנאַלע גלות־קולטור װעט געבױט װערן אין יענער שפּראַך. אָבער חיים זשיטלאָװסקי, אַ באַרימטער פילאָסאָף, האָט געמיינט אַז אַלע עדות, אַריינגענומען די לאַדינאָ און מזרחדיקע עדות, האָבן אַ רעכט צו אָנערקענוג און האַלבאױטאָנאָמיע, אפילו אין אַ צוקונפטיקער ייִדישער מדינה.

נתן בירנבױמס געדאַנקן זענען אָנגערעגנט געװאָרן פון שמעון דובנאָװס "בריװן װעגן אַלטע און נייע ייִדישקייט" און קאַרל רענערס "דער קאַמף דער עסטרייכישן נאַציע און דעם שטאָט".

ביים היינטיגן טאָג קעמפן די גלות־נאַציאָנאַליסטן אי קעגן דער העגעמאָניע פונעם ציוניזם ,װי די הױפּט־אידיִאָלאָגיע פון נאַציאָנאַל־באַוואוּסטזיניקע אידן, אי קעגן דער אַסימילאַציע; װאָס האַלט אַז אידן זענען נאָר אַ רעליגיעזישע גרופּע אָדער ,נאָך ערגער, אַ צייטווייליגע גרופּע.

רעפערענץ

גאָלדשמיט, עמנואל. מאָדערן ייִדישע קולטור. ניו־יאָרק: פאָרדאַם אוניװערסיטעט פאַרלאַג, 2000

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!