רוי:באניהאד
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "באניהאד".
|
באניהאַד (אונגאַריש: Bonyhád) איז א שטעטל אין טאלנער קאנט אין דרום־מערב אונגארן, 140 ק"מ דרום פון בודאפעשט און 34 ק"מ צפון־מזרח פון פעטש. באניהאד האט א שטח פון 72.13 קוואדראט ק"מ.
יידישע היסטאריע
באניהאד האט געהאט א שיינע יידישע געמיינדע. אין 1826 האבן געוואוינט 1,662 יידן אין באניהאד, און אין 1880, 1,154 יידן.[1]
זייט ה'תרנ"ז (1897) רבי אליעזר חיים דייטש איז געווען רב אין באניהאד. ער איז נפטר געווארן כ"ט אלול ה'תרע"ו (1916).[2]
אין 1941 זענען יידן געווען 14% פון דער באפעלקערונג פון דער שטאט. היינט איז נישט געבליבן קיין איין ייד אין באניהאד.
וועבלינקען
- "בונייהד (Bonyhád)", "אנצקלופדיה של הגטאות", "יד ושם" וועבזייטל
- Encyclopedia Judaica: Bonyhád, Hungary, "דזואיש ווירטועל לייברערי" וועבזייטל
- "באניהאד", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- בונ'האד BONYHAD (העברעיש), די דאטנבאזע פון "בית-התפוצות".
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
רעפערענצן
- ↑ "באניהאד", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ רבי אליעזר חיים דייטש מבונהיד זצ"ל (העברעיש)