רוי:באן סטאנציע

פון המכלול
ווערסיע פון 19:46, 10 אקטאבער 2019 דורך 109.65.71.62 (שמועס)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באן סטאנציע אין שוועדן

א באַן סטאַנציע איז א פלאץ וואו פאסאזשירן קענען ארויפגיין אויף און אראפשטייגן פון א באן, אדער וואו פראכט ווערט געלייגט אדער אראפגענומען.

די ערשטע באן סטאנציעס זענען געמאכט געווארן סיי פאר פאסאזשירן און סיי פאר פראכט. היינט באהאנדלט מען פראכט נאר אין די גרעסטע באן סטאנציעס. א באן סטאנציע קען זיין א וואקזאל ביים אנהייב אדער ביים סוף פון א רוטע, אדער די סטאנציע געפינט זיך ביי דער באן ליניע אינמיטן א רוטע. געוויינטלעך האט די סטאנציע פעראנען צו דערמעגלעכן ארויפ־ און אראפשטייגן מיט זיכערקייט.

די מערסטע באשעפטיקסטע באן סטאנציע אין דער וועלט איז שינזשוקו סטאנציע אין טאקיא, יאפאן. די מערסטע באשעפטיקסטע באן סטאנציע אין אייראפע איז קלאפהאם קנופ אין דרום לאנדאן, ענגלאנד. ביי די שפיץ צייטן, קומט אן דארטן א באן יעדע 13 סעקונדעס.

מוסטער:טראנספארט-שטומף