רוי:חוה ראזענפארב

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

חוה ראזענפארב

חוה ראזענפאַרב (9. פעברואר 1923, לאדזש, פוילן - 30. יאנואר 2011, לעטברידזש, קאנאדע) איז געווען א יידיש-מחברטע. זי איז איינע פון די וויכטיקסטע נאָך-מלחָמהדיקע שרייבערס וואס האבן געשריבן אויף יידיש. ס'רוב פון איר ליטעראטור גייט וועגן חורבן וואס זי האט אליין איבערגעלעבט.

ביאגראפיע

חוה ראזענפארב איז געבוירן געווארן 1923 אין לאדזש. איר טאטע האט געהייסן אברהם ראזענפארב און איז געווען א קעלנער. איר מאמע האט געהייסן סימא. זי האט געהאט א יינגערע שוועסטר. איר טאטע-מאמע זענען געווען בונדיסטן, אז צוליב דעם איז זי געגאנגען אין א בונדיסטישער שול וואס איז אין גאנצן געווען אויף יידיש.

מיטן אנהייב פון דער צווייטער-וועלט-מחלמה איז זי צוזאמען מיט איר משפחה אריין אין געטא פון לאדזש. דארטן האט זי אנגעהויבן צו שרייבן פאעסיע און האט זיך באקענט מיט אנדערע מחברים פון געטא. 1944 במשך פון דער ליקווידירונג פון געטא איז זי און איר משפחה דעפארטירט געווראן קיין אוישוויץ. מען האט זי, איר שוועסטער און איר מאמע נישט אויסגעקליבן פארן טויט, נאר געשיקט קיין דייטשלאנד כדי צו פארריכטן הייזער וואס זענען קאליע געווראן צוליב באמבאדירונגען. דעמאלט איז זי ממשיך געווען אויף שרייבן פאעסיע. זי האט איבערגעלעבט די מלחמה צוסזאמען מיט איר מאמע און שוועסטער. איר טאטע איז ניפטר געווארן במשך די לעטצטע טעג פון דער מלחמה.

נאך זייער באפרייונג זענען זיי געפארן קיין בעלגיע ווו זי האט חתונה געהאט מיט הענרי מארגענטאלער וואס איז אויכעט געווען א שארית-הפליטה. 1950 זענען זיי געפארן קיין קאנאדע ווו זיי האבן זיך באזעאצט אין מאנטרעאל. סרוב פון איר ווערק האט זי געשריבן דארטן. 1956 זענען געבוירן געווארן איר טאכטער גאלדי און איר זון אברהם. 1977 האט זי זיך גע'גט פון איר מאן. 1977 האט זי זיך איבערגעצויגן קיין טאראנטא און סוף-כל-סוף האט זי זיך באזעצט אין לעטברידזש. דארטן איז זי 2011 פארשטארבן.

ווערק

זי איז געווארן באלוינט מיט א סך ליטערארישע פרעמיעס. למשל דעם איציק מאנגער פרעמיע און דעם קאנאדישן יידישן ביכער אווארד. 2006 האט זי באקומען אן אויסערגעוויינלעכן דיפלאם פון דער אוניווערסיטעט לעטברידזש.

אין אנהייב פון איר ליטערערישן קאריערע האט זי געהאט א גרויסן יידיש-רעדנדיקן עולם. נאר ווי דער עולם וואס האט גערעדט יידיש איז געווארן אלץ קלענער און קלענער האט מען געדארפט איבערזעצן איר ווערק אויף אנדערע לשונות.

אירע ווערק

  • די באלאדע פון נעכטיקן וואלד (לאנדאן 1947)
  • דאס ליד פון דעם יידישן קעלנער אברהם (לאנדאן 1948)
  • געטא און אנדערע לידער  (מאנטרעאל 1950)
  • ארויס פון גן-עדן (תל אביב 1965)
  • דער פויגל פון געטא (1958)
  • דער בוים פון לעבן (תל אביב 1972)
  • בריוו צו אבראשן (תל אביב 1992)
  • Survivors: Seven Short Stories (טאראנטא 2004)

זעט אויך

רעפערענצן

וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!